Oyneg Shabes

שלום־עליכמס קול — 101 יאָר נאָך זײַן פּטירה

Sholem Aleichem's Voice 101 - Years After His Death

  • Print
  • Share Share
שלום־עליכם בײַ דער אַרבעט אין נערווי, איטאַליע, יאַנואַר 1911

פֿאַראַכטאָגן איז אויסגעפֿאַלן 101 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם באַליבטן ייִדישן שרײַבער שלום־עליכם אין ניו־יאָרק. ווי ער האָט אַליין געבעטן אין זײַן צוואה, וועלן זונטיק, אין זײַן יאָרצײַט לויטן ייִדישן לוח, זיך פֿאַרזאַמלען גרופּעס ייִדן איבער גאָרער וועלט, כּדי צו לייענען פֿון זײַנע ווערק און אָפּגעבן כּבֿוד זײַן אָנדענק. פֿאַרשטייט זיך, אַז די יערלעכע צערעמאָניעס און פֿאָרלייענונגען זענען הײַנט אַ סך ווייניקער אין צאָל און קלענער אין פֿאַרנעם ווי זיי זענען אַמאָל געווען. דער פֿאַקט, אָבער, אַז די פּראָגראַמען גייען אָן ווײַטער, ניט געקוקט אויף די שטרויכלונגען פֿון דער געשיכטע, זאָגט עדות, וויפֿל די ייִדישע פֿאָלקסמאַסן האָבן שלום־עליכמען ליב געהאַט און ווי אַזוי מע פֿאַרגעסט אים ניט, אַפֿילו 101 יאָר נאָך זײַן טויט.

אויב מע קוקט דורך שלום־עליכמס אַרכיוון, קען מען געפֿינען אומצאָליקע אָביעקטן, אַרײַגערעכנט זײַנע פּערזענלעכע בריוו, כּתבֿ־ידן און אַפֿילו די פֿעדער און טינטער, מיט וועלכע ער האָט געשריבן. מע דאַרף, אָבער, אין ערגעץ ניט פֿאָרן, כּדי צו געניסן פֿון די אוניקאַלע רעקאָרדירונגען, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן לעבן און שאַפֿן פֿונעם באַליבטן ייִדישן קלאַסיקער. אָט זענען אַ ריי אינטערעסאַנטע רעקאָרדירונגען און פֿילמען, וואָס ווען מע הערט זיי קען מען דערפֿילן, ווי גרויס איז געווען די ליבע, וואָס דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט פֿאַר אים געהאַט.

שלום־עליכמס שטימע:

הײַנט קען מען געפֿינען אַ גרויסע צאָל קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון אַלע אַקטועלע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן. אין 1915, אָבער, האָט די רעקאָרדיר־אינדוסטריע נאָך געהאַלטן בײַם געבוירן ווערן, און צוליב דעם זענען די רעקאָרדירונגען פֿון דעמאָלטיקע פּערזענלעכקייטן געווען גאַנץ זעלטן. שלום־עליכם, שוין מסוכּן־קראַנק אויף טובערקולאָז און שטרעבנדיק צו געפֿינען אופֿנים צו שאַפֿן געלט אויפֿצוצאָלן זײַנע מעדיצינישע הוצאות, האָט געמאַכט אַ פּראָבע אין אַ רעקאָרדיר־סטודיאָ צו זען, אויב עס לוינט זיך פֿאַר דער פֿירמע צו מאַכן פּלאַטעס פֿון אים, אין וועלכע ער לייענט פֿאָר זײַנע מעשׂיות אויף אַ קול. קיין פּלאַטעס האָט מען, ליידער, ניט אַרויסגעגעבן, אָבער עס זענען אונדז יאָ פֿאַרבליבן צוויי קורצע אויסצוגן, אין וועלכע ער לייענט פֿאָר פֿון זײַנע ווערק.

אָט קענט איר הערן אַן אויסצוג פֿון „ווען איך בין ראָטשילד‟:

און „אַ פֿריילעכער יום־טובֿ‟:

כּמעט יעדן ייִדישן אַקטיאָר איז בעת זײַן קאַריערע אויסגעקומען צו שפּילן אַ ראָלע אין שלום־עליכמס אַ פּיעסע צי דערציילונג. די דערציילונגען און מאָנאָלאָגן פֿון שלום־עליכם זענען צווישן די סאַמע פֿאַרשפּרייטסטע ייִדישע רעקאָרדירונגען און מע קען נאָך אַלץ געפֿינען אַ סך פּלאַטעס, טאַשמעס און קאָמפּאַקט־דיקסן, אין וועלכע באַקאַנטע ייִדישע אַקטיאָרן לייענען פֿאָר זײַנע ווערק. אַ סך פֿון זיי קען מען געפֿינען אויף „יו־טוב‟.

אָט איז אַן אַנאַמירטער פֿילם פֿון „טעאַטער אין כּתרילעווקע‟. אַלע ראָלעס ווערן מײַסטעריש געשפּילט דורכן אַקטיאָר רפֿאל גאָלדוואַסער, וועלכער פֿירט אָן מיטן „לופֿט־טעאַטער‟ אין שטראַסבורג.

אָט לייענט דער אַקטיאָר שמואל רודענסקי פֿאָר די דערציילונג „אַלט־נײַ כּתרילעווקע‟, צוזאַמען מיט דער משפּחה בערנשטיין.

אָט איז אַ רעקאָרדירונג, אין וועלכער דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר שמואל עצמון לייענט פֿאָר גאַנץ „טבֿיה דער מילכיקער‟:

https://archive.org/details/251SholemAleichemKatontiIAmUnworthy.ReadByShmuelAtzmon_201312

דער קלאַנג־אַרכיוו פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס פֿאַרמאָגט אויך אַ פּאָר אינטערעסאַנטע רעקאָרדירונגען פֿון רעפֿעראַטן און פֿאָרלייענונגען פֿון שלום־עליכמס ווערק. אָט קענט איר הערן אַן ענפֿנטלעכע פּראָגראַם, וואָס מע האָט געהאַלטן דעם 5טן דעצעמבער 1959, לכּבֿוד דעם 100סטן געבורטסטאָג פֿונעם גרויסן שרײַבער.

אָט איז אַ רעקאָרדירונג פֿונעם 11טן דעצעמבער 1976, אין וועלכער די „ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל‟ מערקט אָפּ 60 יאָר זינט שלום־עליכמס פּטירה.

צום סוף, קענט איר הערן אַ רעפֿעראַט, וואָס דער פּראָפֿעסאָר ד״ר איטשע גאָלדבערג ז״ל, האָט געהאַלטן דעם 10טן מאַרץ 1980 וועגן דעם הומאָר פֿון דעם קלאַסיקער.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.