Oyneg Shabes

ייִדישער מיזערלו פֿון קאַפּעליע „דזשוריטמיקס‟

Yiddish Misirlou by Jewrythmics

  • Print
  • Share Share

לעצטנס איז דערשינען אינעם אינטערנעץ־זשורנאַל Jewniverse אַן אַרטיקל וועגן דעם ייִדישן זינגער דזשאָ פֿלײַש און זײַן גרופּע, „די ייִדישע מאַלפּעס‟. פֿלײַש, אַ ייִדיש־רעדנדיקער זון פֿון פּוילישע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה איז אויפֿגעוואַקסן אין דײַטשלאַנד. צוזאַמען מיט די גרופּעס Jewrythmics און „די ייִדישע מאַלפּעס‟ שטעלט ער פֿאָר אַלטע ייִדישע לידער אינעם „עלעקטראָ־פּאָפּ‟-סטיל, וואָס איז פּאָפּולער אין די אייראָפּעיִשע נאַכטקלובן. בעת אַן אינטערוויו מיטן זשורנאַל Vice, האָט ער דערקלערט, אַז ער וויל שאַפֿן די ייִדישע מוזיק וואָס וואָלט עקזיסטירט ווען קיין חורבן וואָלט ניט געווען.

אַחוץ קלאַסישע ייִדישע לידער זעצט ער אויך איבער אויף ייִדיש אַ ריי פּאָפּולערע דײַטשישע לידער, וואָס ווערן געזונגען סײַ דורך אים, סײַ דורך מער באַקאַנטע אייראָפּעיִשע זינגער. ווי מע קען זען אינעם ווידעאָ אויבן, זענען זיי פּראָדוצירט אויף זייער אַ הויכן ניוואָ. ווי מע קען אויך זען פֿון די מוזיק־ווידעאָס אינעם אַרטיקל אויף Jewniverse, האָט ער אויך ניט קיין מורא אויפֿצוטרעטן אין ווידעאָס, וואָס זענען נישט פּאַסיק פֿאַר אונדזער צײַטונג. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַזעלכע ווידעאָס, צוזאַמען מיט זײַן אוניקאַלן „מיזורלו‟ זעען פּונקט אויס ווי עפּעס פֿון אַ פּאַראַלעלן אוניווערס, אין וועלכן עס זינגען הונדערטער עלעקרטאָ־פּאָפּ און „האַוס‟־גרופּעס אויף מאַמע־לשון.

דער ייִדישער נוסח פֿונעם „מיזורלו‟ איז דרך־אגבֿ, זייער אַן אַלטער. אָט זינגט סימאָר רעכטצײַט אַ ייִדישן נוסח פֿונעם באַרימטן גרעכישן ליד וועגן אַן עגיפּטישן מיידל.