Oyneg Shabes

מוזיק־ווידעאָ: „נאָך איין שבת‟ געזונגען פֿונעם „מלכות־כאָר‟

Music Video: "Just One Shabbos" Sung by the Malchus Choir

  • Print
  • Share Share

די שטרעבונג נאָך משיחן איז אַ שטענדיקע טעמע אין דער ייִדישער קולטור און די מאָדערנע חרדישע מוזיק איז ניט קיין אויסנאַם. צווישן די פּאָפּולערע פֿרומע לידער פֿון די לעצטע יאָרצענדליקער וואָס דריקן אויס אַ בענקעניש נאָך די צײַטן פֿון משיח איז מרדכי בן דודס Just One Shabbos, וואָס ליפּא שמעלצער האָט איבערגעזעצט און אַרויסגעלאָזט אויף ייִדיש ווי „נאָך איין שבת‟.

לעצטנס האָט דער פּאָפּולערער ישׂראלדיקער „מלכות־כאָר‟, וואָס טרעט אויף אַ סך אויף ייִדיש בײַ חרדישע שׂימחות און געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען אין ישׂראל, אַרויסגעלאָזט אַ מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן ער שטעלט פֿאָר דאָס ליד צוזאַמען מיט די זינגער ברוך און מאָטי וויזל. דעם ווידעאָ האָט מען פֿילמירט צום טייל אין אַ באַרימטן באַר אין ירושלים, „זוסיאַס קרעטשמע‟. די דאָזיקע קרעטשמע איז איינע פֿון די איינציקע שענקען אין גאַנץ ישׂראל, וואָס איז געצילעוועט אויפֿן פֿרומען עולם. אויפֿן שילד פֿונעם באַרימטן טרינקהויז לייענט מען אויף ייִדיש „צו דערקוויקן דאָס ייִדיש האַרץ‟.

דאָס אָריגינעלע ליד אויף ענגליש, געזונגען פֿון מרדכי בן דוד, קען מען הערן דאָ: