Oyneg Shabes

לכּבֿוד יום־העצמאות: באַרימטע ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש

In Honor of Israeli Independence Day: Israeli Songs in Yiddish

  • Print
  • Share Share

די טעג פּראַוועט מען 69 יאָר זינט דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל. לכּבֿוד דער אומאָפּהענגיקייט־פֿײַערונג „יום־העצמאות‟ שטעלן מיר פֿאָר אַ פּאָר באַקאַנטע ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש.

די לידער האָבן געזונגען דער פּאָפּולערער ישׂראלדיקער זינגער דוד עשת אויף צוויי פֿון זײַנע פּלאַטעס געווידמעט די ישׂראלדיקע לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג. עשת איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ אין 1933. פֿון דער היים האָט ער געהייסן דוד אײַזנקראַפֿט. אין 1950 האָט ער, צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן, עולה געווען קיין ישׂראל. נאָכן דינען צוויי יאָר אין צה׳׳ל האָט ער אַ דאַנק זײַן שיין קול געפֿונען אַרבעט ווי אַ זינגער. צוליב זײַן שווערן אַקצענט אויף העברעיִש האָט מען אים אָבער ניט געוואָלט רעקאָרדירן. איז ער אַריבער אויף מאַמע־לשון און געפֿונען אַן אינטערעסאַנטע נישע, אַרויסלאָזנדיק די סאַמע פּאָפּולערסטע העברעיִשע לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג. זײַן גרעסטער שלאַגער איז געווען זײַן ייִדישער נוסח פֿון נעמי שמרס „ירושלים של זהבֿ‟, וואָס איז געווען די סאַמע פּאָפּולערסטע פּלאַטע אויף ייִדיש אין דער ישׂראלדיקער געשיכטע.

ניט געקוקט אויף זײַן פּאָפּולעריטעט אין ישׂראל און צווישן זײַנע ייִדיש־רעדנדיקע אָנהענגער איבער דער גאָרער וועלט, איז עשת הײַנט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. איין סיבה דערפֿאַר איז, וואָס ער האָט געהאַט מורא אויפֿצוטרעטן אויף דער בינע און ס׳איז געווען זייער שווער אין ישׂראל צו יענער צײַט צו זײַן אַ שטערן, אויב מע זינגט ניט אויף קיין קאָנצערטן. דערצו האָט ער געזונגען, דער עיקר, אויף ייִדיש, און דער עולם וואָס זוכט אויס די אַלטע ייִדישע פּלאַטעס איז ליידער הײַנט זייער אַ קליינע.

ווי מע קען הערן אין זײַן נוסח פֿון „הבֿאנו שלום עליכם‟ זענען די ראָק־אַראַנזשירונגען פֿון זײַנע לידער געווען גאַנץ מאָדערן צו יענער צײַט, עפּעס וואָס איז דעמאָלט געווען אַ נאָווינע אין דער ייִדיש־שפּראַכיקער מוזיק.

אפֿשר דאָס סאַמע־באַקאַנטסטע ליד אויף העברעיִש אין אַמעריקע איז „הבֿה נגילה‟. אָט קען מען הערן ווי עשת שטעלט אים פֿאָר אויף ייִדיש.

און אָט קען מען הערן דעם גאַנצן אַלבאָם „מיט ליבשאַפֿט פֿון ישׂראל‟. ספּעציעל כּדאַי צו הערן איז עשתס נוסח פֿון „ערבֿ של שושנים‟, וואָס הייבט זיך אָן בײַ 14:20.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.