Oyneg Shabes

ווידעאָ: ערשטע רעקלאַמע פֿאַרן ייִדישן פֿילם „מנשה‟

Video: First Trailer for Yiddish Film Menashe

  • Print
  • Share Share

נאָך עטלעכע יאָר פּראָדוקציע, וועט דעם סעפּטעמבער, סוף־כּל־סוף, אַרויסקומען דער ייִדיש־שפּראַכיקער פֿילם, באַזירט, צום טייל, אויפֿן לעבן פֿונעם חסידישן קאָמיקער מנשה לוסטיג. דעם דראַמאַטישן פֿילם, אַ זעלטענער צוזאַמענאַרבעט צווישן חסידישע ייִדן און סעקולערע פֿילם־פּראָדוצענטן, האָט געשאַפֿן יהושע ווײַנשטיין, אַ רעזשיסאָר פֿון דאָקומענטאַר־פֿילמען. דער פֿילם ווײַזט ווי אַזוי אַ יונגער אַלמן (מנשה לוסטיג) וואָס וויל ניט ווידער חתונה האָבן, פּרובירט אָנצוהאַלטן גוטע באַציִונגען מיט זײַן זון (געשפּילט דורך ראובֿן ניבאָרסקי), ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זײַן רבֿ פֿאָדערט אַז דאָס קינד מוז וווינען מיט אַנדערע קרובֿים ווײַל מנשה האָט ניט קיין ווײַב.

דער פֿילם האָט באַקומען זייער גוטע רעצענזיעס אויף אַ ריי קינאָ־פֿעסטיוואַלן און וועט אַרויסגעלאָזט ווערן פֿאַרן ברייטערן עולם אין יולי. די ערשטע רעקלאַמע פֿאַרן פֿילם האָט מען נאָר וואָס אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟.