Oyneg Shabes

„טאָג־אײַן, טאָג־אויס‟, געזונגען פֿון וויראַ לאָזינסקי

Sunrise, Sunset in Yiddish, Sung By Vira Lozinsky

  • Print
  • Share Share

אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן זענען באַקאַנט מיט די ווערק פֿון שלום־עליכם בלויז דורך „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, די פּאָפּולערע „בראָדוויי‟־אַדאַפּטאַציע פֿון זײַנע דערציילונגען וועגן טבֿיה דער מילכיקער. די פֿאָרשטעלונג איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור און אַזעלכע לידער ווי „לחיים‟, און „טראַדיציע‟ זענען אַזוי ברייט באַקאַנט, אַז מע האַלט זיי כּמעט פֿאַר אַ טייל פֿון אַ מין סעקולערער ייִדישער מסורה.

די פּוריסטן און ס׳רובֿ ייִדישיסטן האַלטן אַוודאי ניט פֿונעם דאָזיקן מיוזיקל פֿון דזשערי באָק, שעלדאָן האַרניק און דזשאָסעף שטײַן, ווײַל זיי האַלטן, אַז זי פֿאַרוואַנדלט די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קולטור־ירושה אין אַ ריי האַמעטנע און סטערעאָטיפּישע אימאַזשן. ניט געקוקט אויף דעם איז „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ געוואָרן ווילד־פּאָפּולער צווישן די ייִדישע מאַסן איבער דער גאָרער וועלט בכלל און אין ישׂראל בפֿרט. דאָרטן האָט שׂרגא פֿרידמאַן, דער גרויסער בינע־קינסטלער און מחבר פֿון פּאָפּולערע מוזיקאַלישע פּיעסעס אויף ייִדיש און העברעיִש, איבערגעזעצט דעם טעקסט פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף מאַמע־לשון.

אויבן זינגט וויראַ לאָזינסקי זײַן נוסח פֿון Sunrise, Sunset, וואָס אויף ייִדיש הייסט עס „טאָג־אײַן, טאָג־אויס‟. בײַם קלאַוויר שפּילט רעגינע דריקער. די רעקאָרדירונג האָט מען געמאַכט בײַם „ייִדישן מלוכישן טעאַטער‟ אין וואַרשע.