Oyneg Shabes

צוויי לידער לכּבֿוד פּורים

Two Songs for Purim

  • Print
  • Share Share

פּורים איז איינער פֿון די פֿריילעכסטע יום־טובֿים אויפֿן ייִדיש לוח און דערפֿאַר ס׳גלוסט זיך צו זינגען. צווישן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער צייכענען זיך אויס צוויי סײַ מיט זייער פּאָפּולעריטעט, סײַ מיט זייער פֿאָלקסטימלעכקייט.

אַזוי ווי אַ סך ייִדישע פֿאָלקסלידער, איז „דער רבי אלימלך‟ אין דער אמתן ניט קיין פֿאָלקסליד, ווײַל מע ווייסט, אַז משה נאַדיר האָט עס אָנגעשריבן אין 1927. אַזוי ווי בײַ אַ סך אַזעלכע פּאָפּולערע ייִדישע לידער, איז עס אָבער פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן און מע האָט עס געזונגען אין פֿאַרשידענע וואַריאַנטן. דאָס ליד אַליין דערמאָנט ניט דעם יום־טובֿ פּורים, אָבער ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, פֿאַר וואָס דער רבי אלימלך וואָלט אַזוי זיך אָנגעשיכּורט בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט. אינעם דאָזיקן פֿילם זינגען די ברידער לעמער (יעקבֿ, כעסקי און שלום) זייער נוסח פֿונעם ליד אויף אַ חתונה.אויך כּדאַי צו הערן איז דער נוסח

פֿונעם באַקאַנטן פֿידלער יצחק פּערלמאַן, באַגלייט פֿונעם קלאַרנעט־שפּילער ישׂראל זוהר און אַן אָרקעסטער.

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען געלערנט „המן־טאַשן‟ („יאַכנע דוואָשע פֿאָרט אין שטאָט‟ אָדער „האָפּ מײַנע המן־טאַשן‟) אין כּמעט אַלע וועלטלעכע ייִדישע שולן. כאָטש עס ווערט, אַזוי ווי „אַז דער רבי אלימלך‟, הײַנט באַטראַכט ווי אַ פֿאָלקסליד, ווייסט מען יאָ, אַז מ. פּיראָזשניקאָוו האָט עס מחבר געווען.

אָט איז דער באַקאַנטסטער נוסח פֿונעם ליד, וואָס טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל האָט געמאַכט אין 1967

אַ מער טראַדיציאָנעלער נוסח האָט געזונגען שׂרה גאָרבי: