Oyneg Shabes

„לאָז אַרויס“ — פֿונעם דיזני־פֿילם „פֿאַרפֿרוירן“

“Let it Go” from the Disney Film, "Frozen" – in Yiddish

  • Print
  • Share Share

די ליבהאָבער פֿון שפּראַכן און איבערזעצערײַ האָבן ספּעציעל ליב די אַנימירטע „דיזני“־פֿילמען, ווײַל להיפּוך צו די פֿילמען פֿאַר דערוואַקסענע, וואָס מע זעט געוויינטלעך מיט אונטערקעפּלעך, שאַפֿט מען פֿאַר די קינדער־פֿילמען נײַע גערעדטע נוסחאָות אויף צענדליקער און אַמאָל אַפֿילו הונדערטער שפּראַכן. אַזוי אַרום קען מען הערן די לידער פֿון די פֿילמען אין די אַלע שפּראַכן און באַטראַכטן אַלע באַשלוסן, וואָס די איבערזעצער האָבן געמאַכט בײַם שאַפֿן די נײַע ווערסיעס פֿון די לידער.

צוליב דעם וואָס עס עקזיסטירט, צום באַדויערן, ניט קיין מאַרק וואָס פֿאָדערט, אַז מע זאָל שאַפֿן פֿולע נוסחאָות פֿון די פּאָפּולערע „דיזני“־פֿילמען אויף די קלענערע מינאָריטעט־שפּראַכן, דאַרפֿן די רעדנער פֿון די שפּראַכן אַליין שאַפֿן ווערסיעס פֿון די לידער צו פֿאַרווײַלן זייערע קינדער. ס׳איז אַוודאי אוממעגלעך פֿאַר אַ גרופּע פֿרײַוויליקע איבערצוזעצן און רעקאָרדירן אַ נײַעם נוסח פֿון אַ 90־מינוטיקן פֿילם אָבער מע קען יאָ איבערזעצן און רעקאָרדירן געוויסע לידער. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז אַזאַ שיטה געוואָרן פּאָפּולער בײַ אַ ריי אַקטיוויסטן, איבערהויפּט די וואָס אַרבעטן לטובֿת די אַמעריקאַנער־אינדיאַנער שפּראַכן, וואָס ווילן צוציִען דעם אינטערעס בײַם ייִנגערן דור צו זייערע באַדראָטע לשונות.

אינספּירירט פֿון אַזאַ שיטה האָט שמואל זערין אין 2014 אָנגעפֿירט מיט אַ וואַרשטאַט אויף דער „ייִדיש־וואָך“, אין וועלכן ער און אַ גרופּע אַמאַטאָרע איבערזעצער האָבן געשאַפֿן ייִדישע נוסחאָות פֿון באַרימטע „דיזני“־לידער. ספּעציעל געלונגען איז געווען זייער נוסח פֿון „לאָז אַרויס“ פֿונעם פֿילם „פֿאַרפֿרוירן“, וואָס „דיזני“ האָט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון האַנס קריסטיאַן־אַנדערסאָנס קינדער־ראָמאַן „די שניי־מלכּה“ ( וואָס עקזיסטירט, דרך־אַגבֿ, אין זייער אַ פֿײַנער ייִדישער איבערזעצונג פֿונעם „ניסתּר“.

דאָס ליד איז געוואָרן אַזוי פּאָפּולער אויף דער „ייִדיש־וואָך“, אַז מע האָט באַשלאָסן צו מאַכן אַ רעקאָרדירונג און איר פֿאָרשטעלן אין איינעם מיטן ייִדישן טעקסט. עס זינגט טעמע־ליבע שעכטער.