Oyneg Shabes

ווידעאָ: מאָצאַרט מיט אַ ייִדישן טעם

Video: Mozart with a Yiddish Flavor

  • Print
  • Share Share

אין דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק הערט מען אַ געמיש פֿון זייער אַ סך באַזונדערע אײַנפֿלוסן. אויף דער זעלבער חתונה קען מען הערן טראַדיציאָנעלע בדחנות, קלעזמער און חזנות באַנאַנד מיט ראָק־מוזיק און צומאָל אַפֿילו רעפּ.

לויט אַלע סימנים איז אויף דער חסידישער גאַס לעצטנס אויך געוואָרן אַ מאָדע די קלאַסישע מוזיק. מע זעט אויף „יוטוב‟ פֿאַרשידענע ווידעאָס, אין וועלכע ריזיקע אָרקעסטערס שפּילן אויף די פֿרומע חתונות אַ געמיש פֿון באַקאַנטע חסידישע לידער מיט קלאַסישער מוזיק.

אָט זעט מען, למשל, ווי דער אָרקעסטער פֿון אַהרן טייטלבוים (דער מוזיקאַלישער פּראָדוצענט, ניט איינער פֿון די אדמו”רים מסאַטמאַר), דיריגירט פֿון ישׂראל לאַם, שטעלט פֿאָר אַן אייגנאַרטיקן נוסח פֿון מאָצאַרטס 25סטער סימפֿאָניע באַנאַנד מיטן „ידידים־כאָר‟. להיפּוך צו אַ סך פֿון דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק, אין וועלכער די בלאָז־אינסטרומענטן נעמען דעם אויבן אָן, בלײַבן די סטרונע־אינסטרומענטן דער הויפּט־טייל פֿונעם קלאַנג, ווי עס באַדאַרף צו זײַן. דער ייִדישער קנייטש באַשטייט אין דעם, וואָס דער כאָר נעמט איבער די ראָלע פֿון מאָצאַרטס פֿלייטן און אַנדערע הויכע בלאָז־אינסטרומענטן. אינעם דאָזיקן „היימישן‟ נוסח ווערט דער הויפּט־מאָטיוו פֿון דער קאָמפּאָזיציע כּמעט פֿאַרוואַנדלט אין אַ ניגון.