Oyneg Shabes

„אַלץ פֿאַר געלט‟ פֿון הענרי געראָ

"Everything For Money" Sung by Henri Gerro

  • Print
  • Share Share

בײַ ייִדן זאָגט מען אַז „אויף געלט שטייט די וועלט‟. אינעם דאָזיקן הומאָריסטישן ליד הערט מען דאָס זעלביקע פֿאָלקסווערטל ממש אינעם רעפֿרען. הענרי געראָ האָט דעם רעפֿרען גענומען פֿון אַן אַנדער ליד אָנגעשריבן פֿון אַהרן לעבעדעף און האָט געשריבן פֿאַר אים נײַע פֿערזן, באַנאַנד מיט אַ מוזיקאַלישן אַרײַנפֿיר.

כאָטש מע קען הערן דעם מאָטיף פֿונעם ליד — אַז דאָס געלט האָט אַ שלעכטע השפּעה אויף מענטשן — אין לידער פֿון אַלע קולטורן, פֿאָרמאָגט „אַלץ פֿאַר געלט‟ דאָך אַ ייִדישן חן צוליב זײַן שוואַרצן הומאָר. דעם פֿילם האָט געשאַפֿן דזשיין פּעפּלער, וואָס פֿאָרשט אויס די פּאָפּולערע ייִדישע לידער פֿון די פֿריִערדיקע יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. כאָטש עס געפֿינען זיך עטלעכע גרײַזן אינעם טראַנסקריפּט פֿונעם ליד וועלן זיי באמת ניט שטערן דעם צוקוקער.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.