Oyneg Shabes

צוויי געשמאַקע ייִדישע וויצן

Two Great Yiddish Jokes

  • Print
  • Share Share

להיפּוך צו די ווידעאָס פֿון אַלטע ייִדישע לידער, קען מען אויף „יוטוב‟ קוים געפֿינען פֿילמען פֿון געשמאַקע ייִדישע וויצן וואָס ווערן טאַקע דערציילט אויף מאַמע־לשון. איך ווייס, ווײַל איך האָב כּמעט אַ שעה געזוכט ביז איך האָב געפֿונען נאָר זעקס. פֿון זיי האָב איך אויסגעקליבן מײַנע באַליבטסטע צוויי, וואָס איך שטעל דאָ צו.

איז, טאָמער קענט איר אַ געשמאַקן ייִדישן וויץ, זײַט אַזוי גוט און מאַכט אַ ווידעאָ אין וועלכן איר דערציילט דעם וויץ, שטעלט אים אַרויף אויף „יוטוב‟ און שיקט מיר די פֿאַרבינדונג אויף kutzik@yiddish.forward.com. אויב דער וויץ געפֿעלט מיר וועל איך אים אַרײַננעמען אין אַ קומענדיקן „עונג־שבת‟.

ביידע וויצן וואָס איך האָב אויסגעקליבן האָבן אַ מין גמרא־לאָגיק. דאָס הייסט ניט, אַז זייער אינהאַלט שטאַמט פֿון דער גמרא, נאָר אַז די לאָגיק דורך וועלכן זייער העלד קומט צו אַן אויספֿיר אָדער דערלייזט אַ פּראָבלעם איז ענלעך צום אופֿן ווי אַזוי מע טײַטש אויס אַ בלאַט גמרא. דער הומאָר באַשטייט אין דעם, וואָס די העלדן פֿון די וויצן טראַכטן אויף אַן אופֿן וואָס איז זייער לאָגיש, ניט געקוקט אויף דעם וואָס זיי קומען צו אַן אויספֿיר וואָס איז דווקא אומלאָגיש.

דער דערציילער פֿונעם ערשטן וויץ, „דער אַפּאַראַט‟, איז דער אַקטיאָר און קאָמיקער יאַנקעלע אַלפּערין ז״ל וועלכער האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע אין אַן אומפֿאָרמעלער טעאַטער־טרופּע וואָס האָט געשפּילט אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער בשעתן חורבן. נאָך דער מלחמה איז ער אויפֿגעטראָטן אין אַ ריי ייִדישע טעאַטערס. נאָכן באַזעצן זיך אין ישׂראל אין 1961 האָט ער געשפּילט מיט שמעון דזשיגאַן און אַ ריי אַנדערע באַליבטע אַקטיאָרן. שפּעטער אין זײַן קאַריערע איז ער געווען אַ שטענדיקער אַקטיאָר בײַם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ.

אינעם דאָזיקן וויץ דערציילט ער מיט אַ ייִדישן לאָגיק ווי אַזוי אַ קאַרגער טויבער קען אָפּשפּאָרן אַ ביסל געלט.

להיפּוך צו יאַנקעלע אַלפּערין איז דער דערציילער פֿונעם צווייטן וויץ „דעם בעל־עגלהס וועג,‟ ניט קיין פּראָפֿעציאָנעלער קאָמיקער, נאָר אַ ישׂראלדיקער חסיד פֿון אַ גאַנץ יאָר און מע קען עס דערקענען. זײַן וויץ איז אָבער זייער געשמאַק און פֿאָלקלאָריסטיש אינעם נסוח פֿון די כעלעמער חכמים.