Oyneg Shabes

אַ קרעטשמעליד פֿון קאָלאָמיי

A Drinking Song from Kolomyia

  • Print
  • Share Share

ד״ר דובֿ־בער קערלקער און ד״ר דזשעפֿרי ווײַדלינגער זענען במשך פֿון לאַנגע יאָרן געפֿאָרן איבער מיזרח־אייראָפּע בכלל און אוקראַיִנע בפֿרט, כּדי צו מאַכן אינטערוויען מיט אַלטע ייִדן, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, וועגן זייערע זכרונות און דעם ייִדיש, וואָס מע האָט גערעדט אין זייערע שטעטלעך.

אין 2005 האָבן זיי געכאַפּט אַ שמועס מיט שמעון קראָטש אין קאָלאָמיי, און ער האָט געזונגען אַ ריי לידער, צווישן זיי, דאָס דאָזיקע אומבאַוווּסטע פֿאָלקסליד וועגן אַ ייִד, וואָס האָט, אַ פּנים, צו פֿיל געטרונקען. עס זענען דאָ אַ סך ייִדישע פֿאָלקסלידער וועגן שיכּרות („דער רבי אלימלך‟, „יאָשקע‟), אָבער דער ייִדישער הומאָר אינעם דאָזיקן ליד גיט צו אַן אומדערוואַרטן קנייטש.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.