Oyneg Shabes

חורבן־ליד פֿון בעסאַראַביע

Holocaust Song from Bessarabia

  • Print
  • Share Share

לזכר „דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג‟, דעם 27סטן יאַנואַר, שטעלן מיר פֿאָר אַ פּאָר פֿילמען אויף ייִדיש וועגן דעם חורבן.

עס זענען דאָ אומצאָליקע פֿילמען אויף „יו־טוב‟, אין וועלכע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה רעדן וועגן זייערע איבערלונגען. זייער ווייניק פֿון זיי האָט מען אָבער געשאַפֿן דווקא אויף ייִדיש, און צווישן זיי — גאָר אַ קליינע צאָל האָט מען טאַקע פֿילמירט אין מיזרח־אייראָפּע.

אין אוקראַיִנע האָט ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער אינטערווויִרט אַ ייִדישע פֿרוי, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם לאַגער אין פּעטשערע. זי דערמאָנט זיך אין אַ ליד, וואָס עס פֿלעגן זינגען אַ ייִד פֿון טשערנאָוויץ מיטן נאָמען מאַקס, וועמענס מאָרד זי האָט אַליין געזען.

אָט קען מען הערן אַ ביסל מער וועגן איר געשיכטע און די שוידערלעכע יאָרן, וואָס זי האָט איבערגעלעבט. מע מוז וואָרענען פֿון פֿריִער, אַז די פּרטים, וואָס זי גיט איבער זענען זייער ברוטאַל:

קיין מיזרח־אייראָפּע איז אויך געפֿאָרן קריסטאַ וויטני פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, כּדי צו מאַכן אינטערווויען מיט די אָרטיקע ייִדיש־רעדנדיקע. צווישן זיי האָט זי גערעדט מיט הענריק ראָבאַק, וואָס דערקלערט אינעם דאָזיקן שטיקל פֿילם, ווי אַזוי ער האָט זיך אַרויסגעשמוגלט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ.