Oyneg Shabes

„קלאַפּן אויפֿן הימלס טיר‟ געזונגען פֿון לויִזאַ לײַן

A Yiddish Version of "Knockin' on Heaven's Door"

  • Print
  • Share Share

נאָכן ריזיקן דערפֿאָלג פֿון דניאל קאַהנס ייִדישן נוסח פֿון לענאָרד כּהנס באַליבט ליד „הללויה‟, האָבן אַ ריי מענטשן פֿאָרגעלייגט, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ זאָל אַרויסגעבן נאָך אַ ווידעאָ אין וועלכן מע שטעלט פֿאָר אַ ליד פֿון באָב דילאַן אויף מאַמע־לשון לכּבֿוד זײַן באַקומען די „נאָבל‟־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור.

ס׳איז אונדז נאָך ניט געלונגען צו פּראָדוצירן אַזאַ ווידעאָ אָבער ס׳ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער געדאַנק איז ברייט פֿאַרשפּרייט. לעצטנס האָט אַ לייענער אונדז געשיקט אַ ווידעאָ פֿון מאַלמאָ, שוועדן, אין וועלכן די זינגערין לויִזאַ לײַן שטעלט פֿאָר אַ טייל פֿון דילאַנס 1973 ליד Knockin’ on Heaven’s Door אויף ייִדיש. דאָס ליד, איבערגעזעצט פֿון שלמה שולמאַן ווי „קלאַפּן אויפֿן הימלס טיר‟, ווערט פֿאָרגעשטעלט צוזאַמען מיט דער „ייִדישער קאַפּעליע‟, וואָס באַשטייט פֿון אַ באַס־שפּילער, אַ טשעלאָ־שפּילערין, אַ פֿידלער, אַ גיטאַריסט און אַן אַקאָרדעאָניסט. כאָטש מע קען ניט אַלע ווערטער גוט פֿאַרשטיין, פּאַסט זיך לויִזע לינעס קול גוט צו צום דאָזיקן אָרקעסטער־נוסח פֿונעם ליד מיט אַ קלעזמערישן קנייטש. דער רעפֿרען האָט באמת דעם געפֿיל פֿונעם ענגלישן אָריגינאַל.

איצט וואַרטן מיר אויפֿן ייִדישן נוסח פֿון „דעם ענטפֿער בלאָזט אויפֿן ווינט‟.