Oyneg Shabes

לידער־אַלבאָם געווידמעט דער ייִדישער מאַמע

Album of Yiddish Songs about Jewish Mothers

  • Print
  • Share Share

עס איז שוין פֿאַרבײַ 91 יאָר זינט דזשעק יעלען און לבֿ פּאָלאַק האָבן מחבר געווען דאָס באַליבטע ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟, און 88 יאָר זינט די זינגערין סאָפֿיע טאָקער (פֿון דער היים: סאָניע קאַליש) האָט עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ ריזיקן שלאַגער. ניט געקוקט אויף דעם בלײַבט אָבער די ייִדישע מאַמע אַ הויפּט־מאָטיוו אין דער ייִדישער מוזיק עד־היום.

לעצטנס האָט די ישׂראלדיקע חרדישע ראַדיאָ־סטאַנציע „גאולה FM‟ אַרויפֿגעשטעלט אויף איר „יו־טוב‟־קאַנאַל אַ ווידעאָ־רעקלאַמע פֿאַר אַ נײַעם אַלבאָם לידער געווידמעט דער ייִדישער מאַמע. די לידער, געזונגען אין גאַנצן אויף ייִדיש, ווערן פֿאָרגעשטעלט דורך אַ גרופּע פּאָפּולערע זינגער אין ישׂראל און ניו־יאָרק, ווי אויך אַ ריי קינדער־סאָלאָיִסטן. ווי מע קען זען פֿון די אילוסטראַציעס, איז דער מאַרק פֿאַר אַזאַ פּראָדוקט הײַנט דורכויס אַ חסידישער. להיפּוך צום אָריגינעלן ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟, וואָס איז אַחוץ איין רעפֿערענץ צו גאָט אַ סעקולערע, זענען די דאָזיקע לידער אַוודאי פֿרימער געשטימט. די ייִדישע מאַמע ווי אַן אַרכיטיפּ ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ פֿאַרקערפּערונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלקס באַציִונג מיט גאָט און די וויכטיקסטע אָפּהיטערין פֿון תּורה־ווערטן. פֿונדעסטוועגן, זענען די לידער אין גאַנצן ניט פּעדאַנטיש און להיפּוך צו אַ סך פֿון דער הײַנטצײַטיקער פֿרומער מוזיק פֿאַרמאָגן די לידער אַן עכטן ייִדישן טעם, ווײַל די מוזיק — ווערט ניט דאָמינירט פֿון טרומייטן און אַנדערע בלאָז־אינסטרומענטן.