Oyneg Shabes

ווידעאָ: חיים שלמה מאַיעס זינגט „לשון־הרע ניט צו מיר‟

Video: Chaim Mayesz Sings A Song Against Gossiping

  • Print
  • Share Share

שוין צען יאָר שאַפֿט דער טאַלאַנטירטער חסידישער זינגער חיים שלמה מאַיעס פּאָפּולערע לידער דורכן צונויפֿשמעלצן דעם קלאַנג פֿון דער פּאָפּולערער מוזיק (ראָק, רעפּ, דזשעז, און אַזוי ווײַטער) מיט ווערטער וואָס זענען פּאַסיק פֿאַרן פֿרומען עולם.

אויבן זינגט ער זײַן אייגענעם „טראַנס‟־נוסח (אַ מין עלעקטראָנישער טאַנץ־מוזיק) פֿונעם פּאָפּולערן חסידישן קינדער־ליד „לשון־הרע ניט צו מיר‟. דער ווידעאָ האָט מען אַ פּנים געמאַכט אין אַ רעקאָרדיר־סטודיאָ אין ישׂראל.

אַחוץ זײַנע פֿרומע אָנהענגער פֿאַרמאָגט חיים שלמה מאַיעס אויך, אַ פּנים, „חסידים‟ מחוץ דער פֿרומער וועלט. לעצטנס האָב איך זיך צופֿעליק אָנגעשטויסן אויפֿן דאָזיקן חנעוודיקן שטיקל פֿילם, אין וועלכן אַ פּיצל קינד טאַנצט צום ריטעם פֿון מאַיעס׳ שלאַגער „בס־קול‟ (אַ ווערטערשפּיל פֿון „בת־קול).