Oyneg Shabes

„מנשה לערנט זיך צו לעבן פּאָזיטיוו‟

Menashe Learns to Think Positively

  • Print
  • Share Share

דער טאַלאַנטירטער חסידישער קאָמעדיאַנט און אַקטיאָר מנשה לוסטיג איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע ענערגעטישע און אָפֿט־מאָל אַבסורדישע העלדן, ווי אויך פֿאַר זײַן פֿיזישער קאָמעדיע. אַפֿילו אַז מע קען ניט גוט פֿאַרשטיין די ייִדישע שפּראַך, רופֿן זײַנע באַוועגונגען אַרויס אַ געלעכטער.

מע קען באַצייכענען זײַן קאָמעדיע־סטיל ווי אַ געמיש פֿון שמעון דזשיגאַן מיט, להבֿדיל, טשאַרלי טשאַפּלין און ראָווין אַטקינסאָן („מיסטער בין‟). כאָטש זײַנע העלדן זענען אָפֿט מאָל לעכערלעכע פּאַרשוינען, וואָס מע טאָר ניט אָננעמען אַזוי ערנסט, פֿאַרמאָגן זײַנע סקיצן און שפּילן געוויינטלעך אַ מער ערנסטן מוסר־השׂכל ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ הײַנטיקן חסידישן פֿאַרווײַלער.

אַ סקווערער חסיד, טרעט ער אָפֿט אַרויס אינעם סקווערער הויף לכּבֿוד פֿאַרשידענע שׂימחות און יום־טובֿים. לעצטנס האָט ער אַרויפֿגעשטעלט אויף זײַן „יו־טוב‟־קאַנאַל אַ חנעוודיקע סצענע, אין וועלכער ער שפּילט אַ פֿאָטער וואָס רעאַגירט זיך בייז אויף אַ ריי דערשײַנונגען. אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן העלד, טרעט אויך אויף אַ צווייטער אַקטיאָר, וואָס רעאַגירט אויף אַ מער לײַטישן אופֿן.