Oyneg Shabes

„דעם מילנערס טרערן‟ געזונגען פֿון דניאל קאַהן

"The Miller's Tears" sung by Daniel Kahn

  • Print
  • Share Share

מיט צוויי וואָכן צוריק האָט דער „פֿאָרווערטס‟ אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ, אין וועלכן דניאל קאַהן זינגט זײַן ייִדישן נוסח פֿון לענאַרד כּהנס באַליבט ליד „הללויה‟. אין משך פֿון קנאַפּע צען טעג האָבן העכער 333,000 מענטשן שוין אָנגעקוקט דעם ווידעאָ, מער ווי קיין שום אַנדער פֿילם, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט ווען אַ מאָל אַרויסגעלאָזט.

דער ווידעאָ איז געוואָרן זייער פּאָפּולער ניט בלויז אַ דאַנק קאַהנס געראָטענער איבערזעצונג און פּרעכטיק קול, נאָר אויך צוליב דעם טרויעריקן צופֿאַל, אַז די וועלט האָט זיך דערוווּסט, אַז לענאָרד כּהן איז ניפֿטר געוואָרן גלײַך נאָך דעם, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אַרויסגעלאָזט דעם ווידעאָ. (כּהן איז געשטאָרבן מיט אַ טאָג איידער דער ווידעאָ איז אַרויס, אָבער זײַן משפּחה האָט ניט מודיע געווען וועגן דעם ביז נאָך זײַן לוויה מיט דרײַ טעג שפּעטער.) צוליב דעם צופֿאַל האָבן אַ סך מענטשן פֿאַרשפּרייט דעם ווידעאָ ווי אַן אופֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד כּהנס אָנדענק.

אַ דאַנק דער פּאָפּולאַריטעט פֿונעם ווידעאָ האָבן עטלעכע לייענערס זיך געוואָנדן צו מיר מיט דער פֿראַגע „ווער איז דניאל קאַהן און וואָס נאָך זינגט ער?‟ קאַהן איז, על־רגל־אַחת, אַ כאַריזמאַטישער אַמעריקאַנער זינגער וואָס וווינט שוין יאָרן לאַנג אין בערלין, וואָס שפּילט און זינגט אַן אייגנאַרטיק געמיש פֿון קלעזמער־, „פּאָנק‟־ און „ראָק‟־מוזיק אויף ייִדיש, ענגליש, דײַטש און רוסיש. כאָטש ער איז זייער אַ טאַלאַנטירטער זינגער און מוזיקער, ווי אויך אַ געראָטענער מחבר פֿון זײַנע אייגענע לידער, באַשטייט זײַן ספּעציעל גאונות אין זײַן פֿעיִקייט איבערצוזעצן לידער פֿון איין שפּראַך אויף אַן אַנדערער אויף אַזאַ אופֿן, אַז מע קען זיי נאָך אַלץ זינגען. לויט מײַן מיינונג איז ער, באַנאַנד מיט זײַן מענטאָר טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל, דער סאַמע געראָטנסטער שאַפֿער פֿון ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע זינגלידער. עס גייט די רייד ניט בלויז וועגן די ווערטער, נאָר אויך וועגן די נאָטן צו די לידער, וואָס ער מאָדערניזירט אויף אַזאַ אופֿן, אַז גאָר אַלטע לידער קלינגען בײַ אים גאַנץ נײַ אָן צו קלינגען געקינצלט אָדער אַנאַכראָניסטיש.

וועגן דניאל קאַהנס אַרבעט און צוגאַנג צו מוזיק קען מען זיך קודם דערוויסן פֿון איציק גאָטעסמאַנס ווידעאָ־אינטערוויו מיט אים פֿון מיט פֿיר יאָר צוריק:

אויבן קען מען זען ווי ער זינגט זײַן נוסח פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס „דעם מילנערס טרערן‟ באַנאַנד מיט זײַן קאַפּעליע „דער באַמאָלטער פֿויגל‟. אין קאַהנס געזאַנג הערט מען ניט בלויז די יסורים פֿון אַ ייִדישן מילנער אין צאַרישן רוסלאַנד, נאָר עס הילכן אויך אָפּ אין דער איבערזעצונג אַ דאַנק דער קלאָרער השפּעה פֿון ברוס ספּרינסטין די ליידן פֿון די מענטשן אין זײַן היימשטאָט דעטרויט און אַנדערע ערטער אינעם „פֿאַרזשאַווערטן פּאַס‟ פֿון אַמעריקע, וווּ די גלאָבאַליזאַציע האָט איבערגעלאָזט מיליאָנען מענטשן אָן אַרבעט.