Oyneg Shabes

דאָקומענטאַר וועגן די ייִדן אין שפּאַנישן בירגערקריג

Documentary about Jews in the Spanish Civil War

  • Print
  • Share Share

ס׳רובֿ מענטשן מיינען, אַז אַחוץ די פּאַרטיזאַנער גרופּירונגען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען ניט געווען קיין מיליטערישע איינהײַטן, וווּ ייִדיש איז געווען די אומגאַנג־שפּראַך.

ווי עס טרעפֿט זיך אָבער, האָט אַ געוויסע צײַט יאָ עקזיסטירט אַ ייִדיש־רעדנדיקע קאָמפּאַניע וואָס האָט געקעמפֿט ווי אַ טייל פֿון אַ גרעסערער פּוילישער בריגאַדע קעגן די פֿאַשיסטן אינעם שפּאַנישן בירגערקריג. די קאָמפּאַניע אויפֿן נאָמען פֿון נפֿתּלי באָטווין איז געווען אַ קליינער טייל פֿון די „אינטערנאַציאָנאַלע בריגאַגעס‟, אַ גרופּע פֿון איבער 35,000 וואָלונטירן וואָס זענען געקומען פֿון איבער 50 לענדער, כּדי צו קעמפֿן לטובֿת דער שפּאַנישער רעפּובליק. אויך צווישן די רייען פֿון אַנדערע נאַצאָינאַלע איינהײַטן אין דער בריגאַדע האָבן ייִדן רעפּרעזנטירט זייער אַ הויכע פּראָפּאָרץ, בפֿרט אין דער אַמעריקאַנער בריגאַדע אויפֿן נאָמען פֿון אַבראַהאַם לינקאָלן. די ייִדן האָבן געזען אין דעם קאַמף אַ געלעגנהייט צו באַשיצן די וועלט פֿון היטלערן, וועמענס רעזשים האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם שפּאַנישן בירגערקריג ווי די הויפּט־שטיצער פֿון די שפּאַנישע פֿאַשיסטן.

די קאָמפּאַניע האָט געהאַט זײַן אייגענע צײַטונג „באָטוויניק‟, וואָס איז מסתּמא געווען די איינציקע ייִדיש־שפּראַכלעכע צײַטונג אין דער שפּאַנישער געשיכטע. אויפֿן סמך פֿון אַן עסיי וואָס מע האָט אין דעצעמבער 1937 געדרוקט אין דער צײַטונג האָט „בית־שלום־עליכם‟ לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ קורצן דאָקומענטאַר־פֿילם אויף ייִדיש וועגן די ייִדישע סאָלדאַטן וואָס האָבן געקעמפֿט אין דער באָטוויניק־קאָמפּאַניע. ערן טאָרבינער האָט צונויפֿגעשטעלט דעם פֿילם. דער נאַראַטאָר איז אליעזר ניבאָרסקי.