Oyneg Shabes

ייִדישע שפּריכווערטער פֿון קאָוונע

Yiddish Proverbs from Kovne

  • Print
  • Share Share

ייִדיש פֿאַרמאָגט זייער אַ סך שאַרפֿע אויסדרוקן און שפּריכווערטער. לעצטנס האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אַ פֿילם אויף „יו־טוב‟, אין וועלכן דיטאַ שפּערלינג, אַ ייִדישע טאָכטער פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס וווינט אין קאָוונע, לייענט פֿאָר אַ ריי אידיאָמען, וואָס זי געדענקט פֿון איר יונגט. דורכן באַקענען זיך מיט די פּיקאַנטע וועלטסווערטלעך קען מען אויך זיך באַקענען מיט איר היימישן ליטווישן ייִדיש. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דאָס וואָרט, וואָס זי רעדט אַרויס ווי „אבֿר‟ (אייווער) מיינט ניט קיין גליד פֿונעם קערפּער, נאָר דווקא דער אויער. אין קאָוונע האָט מען אַרויסגערעדט דאָס וואָרט ווי „אייווער‟, און אין ווילנע — „אייער‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ליטוואַקעס האָבן געשאַפֿן זייער אַ סך וויצן אַרום דעם וואָרט.

צווישן די באַקאַנטע ייִדישע אידיאָמען וואָס זי דערמאָנט, געפֿינט מען:

„תּכריכים האָבן ניט קיין קעשענעס‟

„מיט איין הינטן קען מען ניט זײַן אויף צוויי ירידן‟

„וואָס בײַ אַ ניכטערן אויפֿן לונג איז בײַ אַ שיכּורן אויפֿן צונג‟

„פֿון דײַן מויל אין גאָטס אויער (אַרויסגערעדט: אייווער)‟

„אַז מע פֿרעגט אַ שאלה, ווערט זי טרייף‟

„אַז מע דאַרף אַ גנבֿ, נעמט מען אים אַפֿילו אַראָפּ פֿון דער תּליה‟

„פֿון על־חטא ווערט מען ניט פֿעט‟

„אַ חסרון צום שידוך: די כּלה איז צו שיין‟

„אַלץ קלענער דער עולם, אַלץ גרעסער די שׂימחה‟

„דער עולם (אַרויסגערעדט: איילעם) איז אַ גולם (אַרויסגערעדט: גיילעם)

„יעדער טעפּל האָט זײַן דעקל‟

„מע לייענט די הגדה אָבער מע מיינט די קניידלעך‟

„אַלעס אין איינעם איז נישטאָ בײַ קיינעם‟