Oyneg Shabes

„ווען‟ געזונגען פֿון דודי קאַליש און דעם ידידים־כאָר

"When" Sung By Dudi Kalish and the Yedidim Choir

  • Print
  • Share Share

ממש אין די לעצטע זיבן טעג האָט מען אַרויסגעלאָזט פֿיר נײַע לידער אויף ייִדיש פֿון פּאָפּולערע חסידישע זינגער און כאָרן. די אַלע לידער ווײַזן בולט אָן, אַז די חסידישע מוזיק־וועלט וואַקסט און מאַכט דורך אַן איבערגאַנג פֿון סטילן און דורות.

צווישן די נײַע לידער געפֿינט מען „ווען‟, אַ צוזאַמענאַרבעט צווישן דודי קאַליש, איינער פֿון די פּאָפּולערסטע הײַנטצײַטיקע חסידישע זינגער און קאָמפּאָזיטאָרן, און דעם „ידידים־כאָר‟. דאָס ליד אַליין איז שיין אָבער גאָרניט קיין חידוש פֿאַר די וואָס הערן זיך צו צו אַנדערע לידער פֿון קאַליש אָדער דעם ידידים־כאָר.

וואָס איז יאָ אַ נאָווינע איז דער מוזיק־ווידעאָ, געמאַכט דורך Sharp Productions אין אַן אויסגעפּוצטן סטיל, וואָס דערמאָנט מער די וועלט פֿון היפּסטערס איידער דעם עולם החסידות. אַז מע טוט אָבער אַ קוק אויף דעם ריזיקן רעסטאָראַן אין גאַונאַס, ברוקלין וווּ מע האָט פֿילמירט דעם ווידעאָ, דערוויסט מען זיך אַז ער איז טאַקע אַ כּשרער. Bison and Bourbon זעט עסטעטיש אויס ווי אַ היפּסטער־רעסטאָראַן מיט זײַנע דעקאָראַציעס פֿון די 1920ער יאָרן און שיינע הילצערנע מעבל אָבער ער איז אויך דער גרעסטער כּשרער רעסטאָראַן אין גאַנץ ברוקלין. דער רעסטאָראַן, וואָס סערווירט טײַערע סטייקן, לעמל־פֿלייש און פּערואַנישע עסן, באַנאַנד מיטן פּערפּלענעם „פּאָנטיאַק‟ פֿון די 1980ער יאָרן, גיט דעם פֿילם אַ געפֿיל פֿון וועלטלעכער סאָפֿיסטיצירטקייט. ווי עס פּאַסט אָבער פֿאַר אַ חסידישן מוזיק־ווידעאָ, מאַכט מען אַ מין „קומזיץ‟ און מע זינגט וועגן ביאת־המשיח. אַזאַ צונויפֿגאָס פֿון גײַסטיקער התפּעלות מיט גשמיות וועט אפֿשר אין גיכן ווערן אַ פּאָפּולערע סטיל בײַ די חסידישע מוזיק־ווידעאָס.