Oyneg Shabes

ייִדישער אַנימאַציע־פֿילם: דער כעלעמער גולם

Yiddish Cartoon: The Golem of Chelm

  • Print
  • Share Share

אַ סך עלטערן, וואָס פּרובירן אויסצוהאָדעווען זייערע קינדער אויף ייִדיש באַקלאָגן זיך, אַז ס׳איז דאָ אַ ריזיקער דוחק פֿון אַנימאַציע־פֿילמען און אַנדערע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿאַר קינדער אויף מאַמע־לשון.

עס איז דאָ איין סעריע פֿון שוועדן, וואָס ווערט אונטערגערעדט (בלע׳׳ז: dubbed) אויף ייִדיש אָבער די סיפּורי־מעשׂיות האָבן ניט קיין שום שײַכות צו דער ייִדישער קולטור אָדער געשיכטע. עס זענען אויך דאָ, ליידער, בלויז זעקס אָדער זיבן פֿון זיי.

איינער פֿון די גאָר־געלונגענע אַנימאַציע־פֿילמען אויף ייִדיש האָט מען אַרויסגעלאָזט אין יאַנואַר אויף „יו־טוב‟. דער פֿילם, געשאַפֿן דורך די פּוילישע אַנימאַטאָרן מאַרצין קאָזשלינסקי און מאַרטינאַ מאַיעווסקאַ דערציילט וועגן דעם כעלעמער בעל־שם רבי אליהו און וואָס עס איז געשען נאָך דעם, וואָס ער האָט געשאַפֿן אַ גולם.

דער פֿילם, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט ווי אַ טייל פֿון אַ סעריע אַנימירטע פֿאָלקס־מעשׂיות אין אַ ריי שפּראַכן, איז אונטערגעשטיצט געוואָרן דורך דער פּוילישער, אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער רעגירונגען. מע האָט אַרויסגעלאָזט דעם פֿילם אין פֿיר נסוחאָות, מיט דער נאַראַציע פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש, פּויליש, ענגליש און העברעיִש. אויף ייִדיש און העברעיִש לייענט קאָבי ווײַצנער פֿאָר דעם טעקסט. כּדי צו קאָנטראָלירן, אַז די מעשׂה איז אויטענטיש פֿון אַ קולטורעלערן שטאַנדפּונקט האָט הרבֿ יואל־חיים נאָוויצקי איבערגעקוקט דעם פֿילם, כּדי צו באַשטעטיקן, אַז די העלדן זענען אין גאַנצן ייִדישלעך.

צווישן די אַנדערע אַנימאַציע־פֿילמען מיט לעגענדעס פֿון פֿאַרשידענע קולטורן איז דאָ נאָך אַ פֿילם מיט אַ שײַכות צו די ייִדן: אַ פֿילם וועגן אַ וווּנדער־פֿערד פֿונעם פֿירשט וויטאָלד. מע האָט געשאַפֿן דעם פֿילם אויף דער טערקישער שפּראַך, וואָס עס רעדן די מיזרח־אייראָפּישע קראָים.