Oyneg Shabes

זולי גאָלדפֿאַרבס ייִדישע טאַנגאָס

Zully Goldfarb's Yiddish Tangos

  • Print
  • Share Share

כאָטש אַלע ווייסן, אַז דער מוזיקאַלישער זשאַנער און טאַנץ־סטיל טאַנגאָ האָט זיך אָנגעהויבן אין אַרגענטינע, ווייסט קיינער ניט אויף זיכער, ווי אַזוי די דאָזיקע מוזיקאַלישע פֿאָרעם האָט זיך אַנטוויקלט. עס זענען דאָ אַ סך טעאָריעס וועגן וועלכע מוזיקאַלישע השפּעות האָבן געשפּילט אַ ראָלע אין דער שאַפֿונג פֿון אָט דער רירנדיקער מוזיק. געוויסע עקספּערטן האַלטן אַפֿילו, אַז דווקא די ייִדישע מוזיק האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון טאַנגאָ.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳איז ניט באמת קלאָר צי די ייִדן האָבן טאַקע געהאַט עפּעס צו טאָן מיטן בראשית פֿון טאַנגאָ, האָט דער דאָזיקער זשאַנער יאָ אַ לאַנגן און בכּבֿודיקן ייִדישן ייִחוס. נאָך דעם וואָס די טאַנגאָ־מוזיק איז געקומען קיין אייראָפּע האַרט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה איז עס געוואָרן ווילד־פּאָפּולער אין עטלעכע לענדער, אַרײַנגערעכנט פּוילן. דאָרטן זענען צענדליקער ייִדן געווען צווישן די פּאָפּולערסטע טאַנגאָ־זינגער אויף פּויליש. צו דער זעלביקער צײַט האָט זיך אויך אָנגעהויבן אַן אייגענע ייִדיש־שפּראַכיקע טאַנגאָ־טראַדיציע. די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן דערנאָך געבראַכט דעם ייִדישן טאַנגאָ מיט זיך קיין אַרגענטינע, וווּ מע האָט רעקאָרדירט הונדערטער ייִדישע טאַנגאָ־לידער מיט שטאַרקע השפּעות פֿון דער קלעזמער־מוזיק.

דערפֿאַר איז ניט קיין חידוש, וואָס אַרגענטינע בלײַבט הײַנט דער סאַמע־צענטער פֿון טאַנגאָ־מוזיק אויף מאַמע־לשון. אויבן זינגט זולי גאָלדפֿאַרב הערמאַן יאַבלאָקאָווס פּאָפּולער טעאַטער־ליד „פּאַפּיראָסן‟, וואָס ער האָט געשריבן אין 1922 נאָך דעם, ווי ער האָט געזען ייִדישע יתומים וואָס פֿאַרקויפֿן פּאַפּיראָסן אין גראָדנע (דעמאָלט פּוילן, הײַנט ווײַסרוסלאַנד).

אָט זינגט גאָלדפֿאַרב דאָס פּאָפּולערע ליד „מײַן ייִדישע מאַמע‟ אין אַ טאַנגאָ־סטיל:

טאַנגאָס זענען אויך געווען פּאָפּולער אין די געטאָס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין דער ווילנער געטאָ האָט דער גרויסער פּאָעט שמערקע קאַטשערגינסקי געשריבן דאָס האַרץ־רײַסנדיקע ליד „פֿרילינג‟ וועגן זײַן פֿרויס פּטירה. דאָס ליד איז אין גיכן פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ טאַנגאָ. אָט זינגט גאָלדפֿאַרב קאַשטערגינסקיס געטאָ־טאַנגאָ אויף איר אַלבאָם De Donde Viene Mi Voz (פֿון וואַנען קומט מײַן קול).