Oyneg Shabes

„יאַקאָב‟ געזונגען פֿון מינדי עהרליך

Yakob Sung by Mindi Ehrlich

  • Print
  • Share Share

דער גרויסער ייִדישער זינגער און קאָמפּאָזיטאָר ר׳ יום־טובֿ עהרליך ז׳׳ל איז געווען, אפֿשר מיטן אויסנאַם פֿון די „שוועסטער בערי‟, דער סאַמע פּאָפּולערסטער זינגער אויף ייִדיש אינעם צווייטן העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

זײַנע הונדערטער אָריגינעלע לידער, געשאַפֿן, דער עיקר, צו די מעלאָדיעס פֿון רוסישע געזאַנגען, באַשרײַבן אויף אַ רײַכן ליטעראַרישן ייִדיש אַלע אַספּעקטן פֿונעם פֿרומען לעבנס־שטייגער. אַליין אַ קאַרלין־סטאָלינער חסיד פֿון קאָזנהאַראַדאַק, ווײַסרוסלאַנד, וואָס האָט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט־מלחמה אין אוזבעקיסטאַן, האָט עהרליך געשריבן לידער מיט אַ ברייטער גאַמע פֿון טעמעס, מוזיקאַלישע סטילן און רײַכע מעטאַפֿאָרן.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס עס קומט אַ מאָל אָן שווער דעם ייִנגסטן דור חסידים צו פֿאַרשטיין זײַן ליטווישן ייִדיש, בלײַבן זײַנע לידער נאָך אַלץ זייער פּאָפּולער, סײַ אין זײַנע אָריגינעלע רעקאָרדירונגען, סײַ אין די רעקאָרדירונגען פֿון אַנדערע גרויסע חסידישע זינגער ווי מרדכי בן־דוד, ליפּא שמעלצער און אַבֿרהם פֿריד. אין די לעצטע פּאָר יאָר האָבן די וועלטלעכע ייִדישע זינגער אויך „אַנטדעקט‟ יום־טובֿ עהרליכס רײַכן רעפּערטואַר און מע הערט אַלץ מער זײַנע לידער אויף קלעזמער־אַלבאָמען פֿון אַמעריקע און אייראָפּע.

פֿון זײַנע הונדערטער ווערק איז זײַן גרעסטער שלאַגער געווען „יאַקאָב‟, וואָס דערציילט פֿון אַ ייִדישן בחור, וואָס וואָגלט זיך אין אוזבעקיסטאַן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דאָרטן וויל אַ רײַכער גוי אין שטאָט אים צווינגען חתונה צו האָבן מיט זײַן טאָכטער אָבער ער זאָגט זיך אָפּ אויף אַ דראַמאַטישן אופֿן. דאָס ליד ווערט הײַנט געזונגען אויף אַ סך ייִדישע חתונות, ניט בלויז אינעם ייִדישן אָריגינאַל, נאָר אויך אויף העברעיִש אין ישׂראל.

לעצטנס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ ווידעאָ אויף די חסידישע וועב־פֿאָרומס און אויף „וואַטסאַפּ‟, אין וועלכן מינדי עהרליך, אַן אייניקל פֿונעם גרויסן זינגער, שטעלט פֿאָר איר נוסח פֿון איר זיידנס ליד. ס׳איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן די אונטערשיידן אינעם סטיל, ווי אַזוי זי שטעלט פֿאָר „יאַקאָב‟ אין פֿאַרגלײַך מיטן אָריגינאַל. כאָטש איר ייִדיש קלינגט מער־ווייניקער ליטוויש, איז איר סטיל פֿון זינגען מער ענלעך צום סטיל פֿון די הײַנטיקע חסידישע פֿרויען פֿון אונגערישן און פּוילישן אָפּשטאַם איידער דעם סטיל פֿון איר זיידן.

אָט קען מען הערן דעם אָריגינעלן נוסח פֿונעם ליד:

אָט זינגט אַבֿרהם פֿריד דאָס ליד אויף אַ מער מאָדערנעם חסידישן סטיל, באַגלייט פֿון אַ כאָר

נאָך אַ נוסח פֿונעם ליד, וואָס איז כּדאַי צו הערן איז משה שטאָרכס ענגלישן נוסח. די וווּנדערלעכע איבערזעצונג איז פֿון אַ פֿאָרמעלען לשון, און נעמט אויך אַרײַן העברעיִשע און ייִדישע טערמינען ווי „כּלה‟ אַנשטאָט wife, און ייִדן אַנשטאָט Jews. דאָס ליד קלינגט אפֿשר אַ ביסל מער פּאָליטיש־אומקאָרעקט ווי אינעם אָריגינאַל אָבער ס׳איז אַ ריכטיקע אָפּשפּיגלונג פֿון יום־טובֿ עהרליכס פֿאַרשטאַנד פֿון די מענטשן אין אוזבעקיסטאַן.