Oyneg Shabes

בילי דזשאָלס „פּיאַנאָ־מאַן‟ אויף ייִדיש

Billy Joel's Piano Man in Yiddish

  • Print
  • Share Share

פֿאַראַיאָרן האָב איך פֿילמירט דעם אָנהייב פֿונעם גרויסן קאָנצערט אין „צענטראַל־פּאַרק‟ — „ייִדישע נשמה‟, וואָס קומט פֿאָר ווי אַ טייל פֿון דער „פֿאָלקסבינעס‟ פֿעסטיוואַל „קולטורפֿעסט‟. מע האָט מיך, אָבער, אָפּגעשטעלט און דערקלערט, אַז לויט די תּקנות פֿונעם פּאַרק טאָר מען ניט פֿילמירן קיין קאָנצערטן.

ווי מע האָט אָבער נעכטן געזען אינעם קאַמער פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, איז עס זייער גרינג הײַנט צו פֿילמירן בסוד און דערנאָך אַרויפֿשטעלן דעם פֿילם אויף דער אינטערנעץ. טאַקע אַ דאַנק אַ פּאָר „געהיימע‟ ווידעאָס קענען מיר אײַך ברענגען ליפּא שמעלצערס רירנדיקן ייִדישן נוסח פֿון בילי דזשאָלס „פּיאַנאָ־מאַן‟, וואָס פֿאַרוואַנדלט דזשאָלס ליד וועגן עלנטע מענטשן אין אַ באַר אין אַ ליד וועגן מתפּללים אין אַ שיל, וואָס זוכן רוחניות.

ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן, ווי אַלע זינגער שטעלן פֿאָר אַ פּאָפּורי פֿון פּאָפּולערע ייִדישע און העברעיִשע לידער בײַם סוף פֿונעם קאָנצערט.