Oyneg Shabes

אַזאַ „רומעניע, רומעניע‟ האָט איר נאָך ניט געהערט

You Never Heard "Rumenye Rumenye" Sung Like This

  • Print
  • Share Share

פֿאַראַכטאָגן איז דער חזן משה מענדעלסאָנס נוסח פֿון „געפֿילטע פֿיש‟ געווען זייער פּאָפּולער אויף אונדזער וועבזײַט. אין אַ צווייטן מוזיק־ווידעאָ וואָס דער חזן האָט געשאַפֿן, זינגט ער נאָך אַ פּאָפּולער ייִדיש ליד מיט אַ מעקסיקאַנער טעם: אַהרן לעבעדעפֿס „רומעניע‟.

עס קען אפֿשר קלינגען אַ ביסל מאָדנע, וואָס אַ ליטוואַק אין מעקסיקע זאָל פֿאָרשטעלן „רומעניע‟ מיט אַ מאַריאַטשי־קאַפּעליע. חזן משה מענדעלסאָן איז אָבער אַזאַ געראָטענער פֿאַרווײַלער און פֿאַרמאָגט אַזאַ חנעוודיקע פּערזענלעכקייט, אַז מע פֿאַרגעסט באַלד אין אַזעלכע סתּירות. ער זינגט מיט אַזוי פֿיל האַרץ און זיסקייט, אַז ס׳מאַכט ניט אויס, אַז די מוזיק קלינגט מער ווי ס׳האָט צו טאָן מיט דער שטאָט מעקסיקע אָדער גוואַדילאַכאַראַ איידער בוקאַרעשט אָדער יאַס.