Oyneg Shabes

אַ ייִדישער טאַטע — סאַמסאָן קעמעלמאַכער

A Yidisher Tate by Samson Kemelmakher

  • Print
  • Share Share

ס׳איז ניט קיין חידוש, וואָס די ייִדישע מאַמעס באַקומען מער כּבֿוד ווי די ייִדישע טאַטעס. אפֿשר איז דאָס טאַקע באַרעכטיקט, נאָר ס׳דאַכט זיך מיר, אַז די ייִדישע טאַטעס באַקומען סײַ ווי ווײַט ניט אַזוי פֿיל כּבֿוד ווי עס וואָלט באַדאַרפֿט צו זײַן.

דערפֿאַר האָב איך געטראַכט, אַז ס׳איז כּדאַי אַרויפֿצושטעלן לכּבֿוד „פֿאָטערס טאָג‟ סאַמסאָן קעמעלמאַכערס שיין ליד „אַ ייִדישער טאַטע‟, וואָס דינט ווי אַ מוזיקאַלישער ענטפֿער אויף דזשעק יעלענס „אַ ייִדישע מאַמע‟. דאָס ליד איז אַ ביסל מער פּערזענלעך ווי סאָפֿיע טאָקערס גרויסן שלאַגער אָבער גיט איבער ענלעכע טיפֿע געפֿילן.