Oyneg Shabes

אַ „שידוך־ראַנדקע‟ מיט מים ביאַליק

A Shidduch-Date with Mayim Bialik

  • Print
  • Share Share

איין זאַך דאַרפֿן מיר, ייִדיש־רעדנדיקע, תּמיד געדענקען: מע קען קיינמאָל ניט וויסן אויף זיכער, אַז אַ פֿרעמדער פֿאַרשטייט ניט אונדזער שפּראַך.

מיטן דאָזיקן תּנאי שאַפֿט זיך דער הומאָר פֿונעם נײַסטן, און ביז־אַהער־שטאַרקסטן קאַפּיטל פֿונעם „סיטקאָם‟ — „ייִדלײַף־קריזיס‟. מים ביאַליק, די שטערן פֿון דער פּאָפּולערער טעליוויזיע־פּראָגראַם „די טעאָריע פֿונעם גרויסן קנאַל‟ שפּילט וווּנדערלעך די ראָלע פֿון „חיה‟, אַן ערנסטע נעווראָ־וויסנשאַפֿטלערין, וואָס טרעפֿט זיך מיט די צוויי ייִדיש־רעדנדיקע לופֿטמענטשן לייזער (אלי באַטאַליאָן) און חיימי (דזשיימי עלמאַן). אין אַ קלוגער פּאַראָדיע פֿונעם הײַנטיקן „שידוך־קריזיס‟, האָט חיה ניט קיין צײַט אויף ראָמאַנס: אַנשטאָט צו באַקענען זיך צוביסלעך מיט אַ פּאָטענציעלן חתן גייט זי אויף „פּראָבע־ראַנדקעס‟, אין וועלכע זי שטעלט די בחורים אַ ריי ערנסטע פֿראַגעס וועגן אומבאַקוועמע טעמעס.

לייזער, אַ טשודאַק, קומט אויף דער ראַנדקע צוזאַמען מיט זײַן חבֿר חיימי און וויל באַקומען פֿון אים עצות, וואָס ער זאָל זאָגן „חיה‟. כּדי דאָס אַלץ זאָל זײַן באַהאַלטן, רעדן זיי צווישן זיך ייִדיש. ווען „חיה‟ וואָלט געווען אַ נאָרמאַלע פֿרוי, וואָלט זי גלײַך אַוועק פֿון די צוויי מאָדנע פּאַרשוינען. אָבער ווי עס טרעפֿט זיך, איז זי זייער פּראַקטיש (און אפֿשר אַליין אַ ביסל עקצענטריש): זי באַשליסט, אַז ס׳איז בעסער צו מאַכן אַ „פּראָבע־ראַנדקע‟ מיט זיי ביידע אין דער זעלביקער צײַט. דאָס שאַפֿט, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך הומאָריסטישע און פּריקרע מאָמענטן.

דער קאַפּיטל, געשאַפֿן לכּבֿוד „וואַלענטינס־טאָג‟, וועט זיכער צוציִען אַ ריזיקן עולם אַ דאַנק זײַן גאַסט־שטערן און שאַפֿן דערבײַ אַ סך פּירסום, ניט בלויז פֿאַר די יונגע קאָמיקער, נאָר אויך פֿאַר ייִדיש אַליין. מער ווי אַלע פֿריִערדיקע, ווײַזט דער קאַפּטיל דעם הומאָריסטישן פּאָטענציאַל פֿון אַ ייִדישן „סיטקאָם‟, וואָס איז באַזירט אויפֿן ייִדישן הומאָר און ניט סתּם אויף גראָבע וויצן. הלוואי אויף ווײַטער.