Oyneg Shabes

„אַלטער דאָנאַלד‟ — אויף ייִדיש

Old Macdonald in Yiddish

  • Print
  • Share Share

יעדע שפּראַך האָט באַזונדערע קלאַנגען, וואָס עס מאַכן נאָך די בעלי־חיים. אויף ענגליש זאָגט, אַ הונט, למשל, woof און אויף ייִדיש „האָף‟ אָדער „האַווקע‟. איין אופֿן, ווי אַזוי מע לערנט די קינדער צו דערקענען געוויסע קלאַנגען פֿון חיות, איז דורך לידער.

אין אַמעריקע איז דאָס באַקאַנסטע ליד פֿון אַזאַ סאָרט Old Macdonald. דאָס ליד דערציילט וועגן אַן אַלטן פֿאַרמער, וואָס פֿאַרמאָגט אַ ריי בעלי־חיים אויף זײַן פֿאַרם. בעת דער זינגער רעכנט אויס די פֿאַרשידענע באַשעפֿענישן אויף דער פֿאַרם, לערנט ער די קינדער די קלאַנגען, וואָס עס מאַכן די חיות.

אין טעדי שוואַרצס קאָמישן ייִדישן נוסח קען מען הערן ווי עס וואָלט געקלונגען די חיות אויף דער פֿאַרם, ווען זיי וואָלטן אַלע גערעדט ייִדיש. איין אויסנאַם: אינעם ייִדישן נוסח פֿאַרמאָגט דער פֿאַרמער, חלילה, ניט קיין חזיר, אַזוי ווי אינעם אָריגענעלן נוסח.

דאָ זינגט טעמע־ליבע שעכטער. אויף דער פּיאַנע — בנימין שעכטער.