דער אַמעריקאַנער ניטל איז סײַ אַ רעליגיעזער חג בײַ די קריסטן, סײַ סתּם אַ מין געזעלשאַפֿטלעכע פֿײַערונג, ווען עס קומען זיך צונויף קרובֿים און פֿרײַנד פֿון אַלע עקן לאַנד, וואָס זעען זיך געוויינטלעך ניט במשך פֿונעם יאָר.
ס׳רובֿ פֿון די באַקאַנטע סימבאָלן פֿון ניטל אין אַמעריקע אַזוי ווי די יאָלקע (ניטל־בוים), „סאַנטאַ־קלאַוס‟ מיט זײַן שליטן און געטרײַע רעניפֿערן (reindeer) און די קליינע ליכטלעך און קראַנצן בלעטער, וואָס מע שטעלט אויף די הײַזער, האָבן באמת גאָרניט וואָס צו טאָן מיטן אָפּמערקן דעם געבורט פֿון יעזוס, נאָר שטאַמען פֿון פּאַגאַנישע טראַדיציעס און פֿאָלקלאָר. ס׳איז ניט קיין חידוש דערפֿאַר, וואָס ס׳רובֿ פֿון די באַקאַנטע לידער, וואָס ווערן באַטראַכט אין אַמעריקע ווי „ניטל־לידער‟ האָבן כּמעט אין גאַנצן ניט קיין שײַכות צו דער חג גופֿא, נאָר פּריידיקן די מעלות פֿון משפּחה־פֿײַערונגען און דעם ווינטער־סעזאָן. אַ סך פֿון די דאָזיקע לידער האָבן דווקא אָנגעשריבן ייִדן.
דאָס פּאָפּולערע כּמו־ניטל ליד „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ האָט, למשל, אָנגעשריבן פֿעליקס בערנאַרד, (פֿון דער הײם: בערנהאַרט). White Christmas (ווײַסער ניטל), דאָס סאַמע בעסט־פֿאַרקויפֿסטע ליד אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע, האָט מחבר געווען אירווינג בערלין, (פֿון דער היים: ישׂראל־איזידאָר ביילין). אַ טוץ אַנדערע באַקאַנטער ניטל־לידער האָבן אויך אַזאַ „ייִדישן‟ ייִחוס.
צווישן דעם פֿאַרגעסענעם „ייִדישן‟ ייִחוס פֿון אַ סך ניטל־לידער און דעם שטענדיקן אַמעריקאַנער־ייִדישן באַגער צו פֿאַרוואַנדלען די גוייִשע טראַדיציעס אין ייִדישע מנהיגים, איז עס אפֿשר קיין חידוש ניט, וואָס מע האָט געוויסע באַקאַנטע ניטל־לידער איבערגעזעצט אויף ייִדיש.
„רודאָלף דער רויט־נאָזיקער רעניפֿער‟ איז באַקאַנט אַלע אַמעריקאַנער קינדער צוליב דעם, וואָס ער האָט געהאָלפֿן „סאַנטאַ‟ מיט זײַן רויטער נאָז, נאָך דעם וואָס דער „סאַנקט־ניקאָלאַס‟ האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט צוליבן נעפּל. די קלעזמער־קאַפּעליע „קוגל־פּלעקס‟ האָט רעקאָרדירט אַ קלעזמער־נוסח פֿונעם ליד אויף ייִדיש. כאָטש דער ייִדיש הינקט אונטער אין געוויסע ערטער, איז עס גאַנץ כּדאַי צו זען, בפֿרט ווײַל מע האָט דאָס ליד אַרײַנגעפֿלאָכטן אין אַן אַלטן אַנימירטן פֿילם.
די ייִדישע זינגערין טערעזע טובֿה שטעלט פֿאָר אַ ריי ייִדישע ניטל־לידער אין איר ווינטערדיקע קאָנצערטן. איר נוסח פֿון „לאָז עס שנייען‟ איז כּדאַי צו הערן. דאָס ליד האָבן אויך, דרך־אַגבֿ, אָנגעשריבן צוויי ייִדן: דזשול סטײַן (פֿון דער היים: יוליִוס שטײַן) און סאַמי קאַהן (פֿון דער הײַם: שמואל כּהן).
די „פֿאָלקסבינע‟ שטעלט פֿאָר חנוכּה־קאָנצערטן יעדעס יאָר, וואָס נעמען אַרײַן אַ פּאָר ניטל־לידער אויף ייִדיש. אָט קענט איר הערן ווי דזשאָען באָרץ און רחל יוכט שטעלן פֿאָר צוויי „ייִדישע‟ ניטל־לידער, וואָס הייבן אָן 26:45. די לידער זענען „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ און „פֿעטער־שנײער קומט באַלד אין שטאָט‟ (Santa Claus is Coming to Town).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.