Oyneg Shabes

„לכּבֿוד שבת‟: אַ פֿאָלקסליד פֿון ווײַסרוסלאַנד

In Honor of the Sabbath: A Folksong from Belarus

  • Print
  • Share Share

פֿאַראַכטאָגן איז שמעון קראָטשס קרעטשמע־ליד פֿון קאָלאָמיי געווען זייער פּאָפּולער (//blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/191443/). אַ לייענער האָט געפֿרעגט, צי עס געפֿינען זיך נאָך אַזעלכע לידער. קיין אַנדערע ווייניק־באַקאַנטע לידער וועגן שיכּרות אויף „יו־טוב‟ קענען מיר ניט, אָבער ס׳זענען דאָ נאָך צענדליקער פּרעכטיקע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, וואָס מע האָט געמאַכט אין די לעצטע 15 יאָרן פֿון עלטערע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.

אַחוץ ד׳׳ר דוב־בער קערלער און ד׳׳ר דזשעפֿרי ווײַדלינגער, וואָס האָבן געמאַכט דעם אינטערוויו מיט שמעון קראָטש, האָבן אַ פּאָר אַנדערע מאַנשאַפֿטן געלערנטע אויך געמאַכט ענלעכע פֿאָרש־עקספּעדיציעס אינעם אַמאָליקן תּחום־המושבֿ. צווישן זיי געפֿינט מען דעם עטנאָמוזיקאָלאָג און מוזיקער ד׳׳ר דמיטרי (זיסל) סלעפּאָוויטש, וואָס איז אַרומגעפֿאָרן די אַמאָליקע ייִדישע ליטע מיט זײַן קאָלעגע און מדריך נינאַ סטעפּאַנסקאַיאַ ז׳׳ל. סלעפּאָוויטש און סטעפּאַנסקאַיאַ האָבן געהאַט אַ בפֿירושן אינטערעס צו די דאָרטיקע ייִדישע פֿאָלקסלידער און האָבן ספּעציעל אויסגעזוכט עלטערע ייִדן, וואָס האָבן נאָך געדענקט די לידער און מוזיק פֿון זייערע קינדער־יאָרן און האָבן גוט געקענט זינגען.

אויבן קען מען הערן אַ פּרעכטיקן נוסח פֿונעם פֿאָלקסליד: „לכּבֿוד שבת‟, געזונגען פֿון זינאַיִדאַ ליאָווינאַ און דאַסיאַ כראַפּונסקאַיאַ, וואָס מע האָט רעקאָרדירט אין פּינסק, ווײַסרוסלאַנד, אין 2005.

נאָכן אַריבערציִען זיך קיין אַמעריקע האָט סלעפּאָוויטש געשאַפֿן אַ מוזיקאַלישן ספּעקטאַקל צוזאַמען מיט אַ קאַפּעליע און דעם זינגער מיישקע אַלפּערט, אין וועלכן מע ווײַזט זײַנע אָריגענעלע פֿילמען פֿון די עלטערע ייִדן, און ער און זײַן קאַפּעליע באַגלייטן זייערע געזאַנגען. אָט קען מען זען אַ ווידעאָ־רעקלאַמע וועגן דעם ספּעקטאַקל „אַ רײַזע איבערן ייִדישלאַנד‟.

און אַזוי קלינגט ליאָווינאַס און כראַפּונסקאַיאַס „לכּבֿוד שבת‟ באַגלייט פֿון די מוזיקער.