Oyneg Shabes

דער פּױער װאָס האָט געזען גאָט

The Peasant Who Saw God

פֿון אַבֿרהם סוצקעװער

  • Print
  • Share Share

אין אַ האַלבן קרײַז, װי אַן אָנגע­שפּאַנטער בױגן, שטײען אַרום קאַנאַ­װע די שיסער מיט פֿאַרקאַשערטע אַרבל און צילן אין “רעדעלע פֿון מזל” — אין אַ קופּע פֿאַרמישפּטע.

דער אָפּשײַן פֿון אַ מעשענעם שײַטער אין דערבײַיִקן װעלדל, מיט בײמער פֿון האַלב צעפֿאַלענע סקעלעטן, באַשימערט מיט ברענענ­דיקע שאָטנס דאָס געבײן פֿון לעבע­דיקע טױטע, װאָס אַלע זעען זײ אױס װי אײנער — אַזױ זעט אױס ערד, װען אַן אַקער צעשנײַדט און קערט זי איבער.

בלױז די באָבע, מיט בײדע אײניק­לעך בײַ די זײַטן — אַ גרײַז־גראָע אָדלערין מיט צעשפּרײטע פֿליגל, בלױז זי האַלט אױף די אײבי­קײט פֿון איר פּנים.

די באָבע איז פֿאַרבליבן די לעצטע.

בײדע אײינקלעך קושן אירע הענט מיט פֿאַרחלשטע ליפּן:

באָבע, נאַכסאָל פֿאַלן דאָ אַזױ פֿיל מענטשן?

די באָבע פֿאַרהײבט דעם קאָפּ. ס׳איז בלאָ און לױטער. אײן ריזיקע לבֿנה. פֿון דער באָבעס אױגנקװעלכל שװימט אַרױס אַ טרער, װאָס זי האָט אױסבאַהאַלטן לאַנגע יאָרן. די טרער שװימט, ריזלט און פֿאַרפֿלײצט די לבֿנה.

ס׳נעמט װאָלקענען, רעגענען, מיט װאַרעמע באָבישע טרערן. זײ, די טרערן, פֿאַרלעשן דעם שײַטער, פֿילן אָן די קאַנאַװע.

באָבע פֿאַרמאַכט די אױגן און בלינדערהײט אַזױ כאַפּט זי אײן אײניקל — און לאָזט זיך לױפֿן.

װעמען געראַטעװעט — חנהלען צי מירעלען? מע טאָר ניט קלערן. ס׳קינד שלאָפֿט און די באָבע שעפּ­טשעט:

חנה־מירעלע, חנה־מירעלע…

זי בלאָנדזשעט אין דער צעװײ­טיקטער פֿינצטערניש. אױף די אַקס­לען שלאָפֿט חנה־מירעלע.

באָבע קומט אין אַ דאָרף. הינטערן שױב פֿון אַ כאַטע צאַפּלט אַ פֿײַערל. באָבע טאָפּטשעט אין װאַסער. פֿאַלט, הײבט זיך אױף, און קלאַפּט אָן אין כאַטע װי אין האַרץ פֿון אַ מלאך.

— קטאָ?

— גוטער מענטש, לאָז אַרײַן…

ס׳עפֿנט זיך פּאַװאָליע די טיר, און אַ פּױער, האַלב נאַקעט, מיט אַ לעמפּעלע אין אײן האַנט און אַ בײַטש אין דער אַנדערער, באַװײַזט זיך אױפֿן גאַניק.

און ער פֿאַרהײבט די בײַטש איבער דער זקנה.

נאָר דעמאָלט שלאָגט אַרױס אַ קול, װי אַ װײַסער פֿליגל, פֿון דער אַלטיטשקעס ליפּן:

מענטש, װאָס טוסטו, ביסט בלינד, זעסטו ניט אַז אין רעגן איז גאָט?

די לאַנגע בײַטש אין האַנט פֿון פּױער, פֿאַרמאָסטן אױף דער באָבען, דערלאַנגט אים אַ ביס װי אַ שלאַנג. ער קאָן די האַנט ניט הײבן, ער קאָן זי ניט אַראָפּלאָזן.

אין שײַן פֿונעם לעמפּעלע זעט ער:

אַן אַלטיטשקע מיט לאַנגע, װײַסע האָר װי באַגאָסן מיט קאַלך. די װיִעס באַהאַנגען מיט קלײנע טראָפּנס — באַנאָדלטע קישעלעך. אױף די אַקסלען טראָגט זי אַ קינד — אַ בלאָ שעפּסעלע.

און הינטער דער באָבען, צװישן פֿעדעם רעגן, באַצױגענע מיט צאַפּלדיקע פּערל, שװעבט אַרום אַ געשטאַלט און ציט אױס צום פּױער אַ לאַנגן בליציקן פֿינגער.

די קני בײגן זיך. דאָס לעמפּל פֿאַלט אַרױס פֿון האַנט. און דאָס בלאָע שעפּסעלע, אַרום האַלדז, װאַכט אױף:

— באָבע!


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.