Oyneg Shabes

דער װײַסער גזלן

The White Bandit

  • Print
  • Share Share

גאַנצע טעג איז ער געלעגן אױפֿן דאַך לעבן דעם קױמען און געהאַלטן זיך פֿאַר אַ באַלעבאָס פֿונעם גאַנצן הױף. ער איז געװען װײַס װי שנײ און זײער גרױס, לכל־הפּחות אין מײַנע אױגן. די באָבע מילכּה האָט אים גערופֿן „דער גזלן‟ און געטענהט, אַז „אַחוץ דעם, וואָס ער איז אַ גזלן, איז ער נאָך פֿױל װי אַ הונט‟. פֿון דעמאָלט אָן האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז אַ קאָטער און אַ הונט קענען זיך אָנקערן װי „שטיקלעך קרובֿים‟, װײַל אױך אונדזערע שכנים, לױטן באָבעס װאָרטשען, „לעבן װי אַ קאַץ מיט אַ הונט‟.

מיט די שכנים איז אַלץ געװען קלאָר: דער תּמיד אָנגעבלאָזענער אַרמענער, אַרמען־דזשאַן, שפּילט די ראָלע פֿון אַ הונט, און די קורנאָסע בלאָנדע טאַמאַרעטשקע איז די קװיטשענדיקע קאַץ. שױן אַ סך שפּעטער האָב איך איבערגעלײענט בײַ שטעפֿאַן צװײַגן, אַז „אױב אַ הונט און אַ קאַץ חבֿרן זיך, הײסט עס, אַז זײ חבֿרן זיך קעגן דעם קאָך‟. דעמאָלט, אָבער, האָב איך נאָך ניט געקענט לײענען, װײַל כ’בין געװען אַרום פֿיר יאָר אַלט, און די ערשטע ביכער האָב איך באַקומען נאָר מיט אַ יאָר שפּעטער. האָב איך דערװײַל זיך באַנוגנט מיט די לעבעדיקע העלדן פֿון אונדזער הױף.

די ערשטע איז געװען די באָבע מילכּה, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל זי האָבן, און, להבֿדיל, די רױטע צױג זשאַנע. קײן קינדער אין מײַן עלטער זײַנען בײַ אונדז אין הױף ניט געװען, און צו שליאָנדרען זיך אױף דער גאַס איז מיר געװען שטרענג פֿאַרבאָטן, װײַל „פֿון דער גאַס איז דער גלײַכער װעג אין טורמע, גאָט זאָל באַהיטן.‟ עס װײַזט אױס, אַז די רױטע זשאַנע האָט געװוּסט, צו װאָס פֿאַר אַ צרות קען דערפֿירן די װילדע גאַס, און, זאָל דאָס בלײַבן צװישן אונדז, כ’בין געװען דער אײנציקער, װעמען די צױג פֿלעגט דערלױבן זיך אַװעקלײגן אױפֿן גראָז לעבן איר און קוקן אױף די זױגנדיקע הינטעלעך.

גאָט זאָל מיך ניט באַשטראָפֿן, נאָר איך װיל זיך מודה זײַן און בעטן מחילה בײַ דער באָבע מילכּה… באָבע־לעבן, דו געדענקסט, אַז אײן מאָל איז בײַ דיר נעלם געװאָרן אַ שטיקל געפֿילט העלדזל… און דו האָסט געשריִען אױפֿן „װײַסן גזלן‟ און אים געשאָלטן: „אין דײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן, גזלנישע קישקע‟… באָבעניו־סערצע, ניט דער װײַסער גזלן האָט צוגעלקחנט דאָס שטיקל העלדזל, ניט ער… ניט ער איז דער גזלן, נאָר… יאָ… אָט דאָס איז עס.

די רױטע זשאַנע איז געלעגן אױפֿן גראָז הינטער דער כאַטקע און ניט געקענט אױפֿשטײן, װײַל די הינטעלעך האָבן זי ניט געלאָזט, זײ זײַנען געװען הונגעריק און אָן אַן אױפֿהער געסמאָטשקעט זשאַנעס ראָזעװע ציצקעלעך. זי האָט שװער געאָטעמט און זיך געשעמט אַ קוק צו טאָן מיר אין די אױגן; און דאַן, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז אַחוץ מיר, װעט קײנער איר ניט העלפֿן. כ’בין צוגעלאָפֿן צו דער באָבען און זי געבעטן מיר אָנשעפּן אַ קריגל װאַסער. װען זי איז אַרײַן אין שטוב, כּדי אָנצושעפּן װאַסער, האָב איך אַ כאַפּ געטאָן פֿונעם טעלער, װאָס איז געשטאַנען אױף אַ טרינישקע, אַ שטיקל אָנגעפֿילט העלדזל, צוגעלאָפֿן צו זשאַנען און אַרײַנגעשטופּט עס אין איר פּיסק.

„אַ גזלן, אַ װײַסער גזלן, אַ קרענק אין דײַן טאַטנס טאַטע!!! איך װעל דיך שױן אָנלערנען װי צו גנבֿענען בײַ די אָרעמע־לײַט!‟ — די באָבע מילכּה האָט געהאַלטן דעם בידנעם קאָטער בײַ דער שקירקע און געפּאַטשט אים איבער דער מאָרדע מיט אַ קױטיק שמאַטקעלע.

די זעלבע נאַכט האָט אינעם שכנותדיקן הױף אױסגעבראָכן אַ שׂרפֿה. עס האָט געברענט דער שטאַל מיט פֿערד. עס איז געװען מסוכּן שרעקלעך. דאָס פֿײַער האָט געבושעװעט גלײַך לעבן אונדזער הינטערשטן פּלױט. די עלטערן זײַנען אַנטלאָפֿן צו די שכנים צו לעשן די שׂרפֿה, און די באָבע האָט מיך אַרױסגעטראָגן פֿון דער שטוב, אַװעקגעלײגט אױפֿן גראָז לעבן דער רױטער זשאַנע און צוגעדעקט מיט אַ מאַנטל. זשאַנע האָט מיך אַ לעק געטאָן אין פּנים און איך בין אַנטשלאָפֿן געװאָרן.

די שׂרפֿה האָט מען פֿאַרלאָשן, די פֿערד האָט מען געראַטעװעט, נאָר זינט יענער נאַכט איז דער װײַסער גזלן נעלם געװאָרן, גלײַך װי קײן מאָל ניט געװען.