צווישן די גרעסטע אוצרות פֿונעם ווילנער ייִדישן אינסטיטוט דאַרף מען אויך רעכענען די ביבליאָטעקערין פֿאַניע יאָכעלעס בראַנצאָווסקי, איינע פֿון די ווייניק פֿאַרבליבענע ווילנער ייִדן, וואָס געדענקען די שטאָט פֿון פֿאַר דער מלחמה. אין דעם דאָזיקן ווידעאָ־שפּאַציר פֿירט זי אונדז איבער די פֿאַרשיידענע ערטער פֿאַרבונדן מיט איר אייגענער און מיט דער אַלגעמיינער געשיכטע פֿון ווילנער ייִדנטום. אַלץ דערציילט זי אויף ייִדיש, פֿאַרשטייט זיך, ווײַל פֿריִער האָט ווילנע געשמט ווי די ייִדישסטע שטאָט אויף דער וועלט (כאָטש פֿון דער לינגוויסטישער פּערספּעקטיוו). „אין ווילנע‟, זאָגט זי, „פֿאַר דער מלחמה איז ניט געווען קיין ייִד וואָס האָט ניט געקענט ייִדיש‟. אויך ניט ווייניק ניט־ייִדן האָבן געקענט די שפּראַך, דורכן קאָנטאַקט מיט ייִדן.
אויפֿגעוואַקסן איז פֿאַניע אינעם זעלבן בנין, וווּ עס האָט געוווינט דער באַוווּסטער געזעלשאַפֿטלעכער טוער ד״ר צמח שאַבאַד. שאַבאַדס טאָכטער, רעגינע, איז געווען פֿאַניעס לערערין אין דער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע פֿון סאָפֿיאַ גורעוויטש, און אויך דאָס ווײַב פֿונעם ייִוואָ־גרינדער ד״ר מאַקס ווײַנרײַך. פֿאַניע ווײַזט אונדז דעם בנין, וווּ די ווײַנרײַכס האָבן געוווינט, און אויך דעם געוועזענעם האָלצמאַרק, וווּ דער ייִוואָ האָט געשיקט די קינדער קלײַבן פֿאָלקלאָר (קללות) פֿון די שטעטלשע מאַרק־זיצערינס. זי ווײַזט אונדז אויך, וווּ ס׳האָט געוווינט זלמן רייזען, דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג „ווילנער טאָג‟, און וווּ עס פֿלעגט זיך טרעפֿן די ליטעראַרישע גרופּע „יונג ווילנע‟, מיט אַזעלכע באַרימטע פּאָעטן ווי אַבֿרהם סוצקעווער און חיים גראַדע.
פֿאַניע דערציילט אונדז וועגן דער שרעקלעכער צײַט אונטער דער דײַטשער אָקופּאַציע, ווען איר גימנאַזיע־בנין איז געוואָרן די היים פֿונעם ווילנער „יודענראַט‟. זי ווײַזט אָן אויפֿן הויף, וווּ ס’איז געשטאַנען אַ בוים; אין געטאָ האָבן די לערער אַהין געבראַכט די קינדער, כּדי זיי צו ווײַזן, ווי אַ בוים זעט אויס. מיט אַנדערע יונגע־לײַט איז פֿאַניע אַנטלאָפֿן פֿון געטאָ און האָט זיך באַזעצט אינעם רודניצקער וואַלד הינטער ווילנע, מיט אַ גרופּע פּאַרטיזאַנער אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון אַבא קאָוונער. זי ווײַזט אונדז די רעשטן פֿון די אונטערערדישע באַהעלטענישן, וואָס די ייִדישע פּאַרטיזאַנער האָבן אויסגעגראָבן אין וואַלד, וווּ זיי האָבן געוווינט ווינטער־צײַט.
כּדי זיך נעענטער צו באַקענען מיט פֿאַניע בראַנצאָווסקין, לוינט זיך אויך צו זען דעם ווידעאָ־אינטערוויו, וואָס זי האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק געמאַכט מיטן רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟, באָריס סאַנדלער:
Part I
Part II
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.