Oyneg Shabes

אַ בױער און אַ קברן

Of Builders and Gravediggers

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

  • Print
  • Share Share

מײַן פֿעטער, הענעך דער פֿילאָסאָף, זאָל זיך מיִען, האָט געטענהט, אַז אױף דער װעלט זײַנען דאָ נאָר צװײ אײביקע פֿאַכן, דהײַנו: אַ בױער און אַ קברן. אַלע אַנדערע מלאָכות, האָט ער װײַטער געטענהט, זײַנען נאָר אַ צװײַג פֿון די־אָ צװײ בכּבֿודיקע פֿאַכן, און אַלץ איז אָפּהענגיק פֿון דער כּװנה. למשל, אַ גוטער לערער איז אַ בױער, ער העלפֿט דעם קינד אױסצובױען דעם קאָרפּוס פֿון זײַנע קענטענישן. אַ שלעכטער לערער איז אַ קברן, װײַל ער באַגראָבט דעם קינדס נשמה, װי אױך זײַנע באַהאַלטענע טאַלאַנטן. אַ בױער, האָט דער פֿעטער הענעך דער פֿילאָסאָף װײַטער אַנטװיקלט זײַן טעאָריע, קען יאָ װערן אַ קברן, אָבער אַ קברן װעט קײן מאָל ניט װערן קיין בױער.

דעמאָלט האָב איך נאָך ניט געװוּסט, אַז עס עקזיסטירט אַזאַ פֿילאָסאָפֿישע ריכטונג װי גערמענעװטיק, װעלכע באַשעפֿטיקט זיך מיט פֿאַרשטײן און אױסטײַטשן די טעקסטן, היסטאָרישע דענקמעלער און קולטור־פֿענאָמענען. הײַנט איז מיר שױן קלאָר, אַז װאָס מער קענטענישן ס׳האָט אָנגעזאַמלט אַ מענטש, אַלץ גרעסער איז די מעגלעכקײט פֿון אַן אינטערעסאַנטער און ניט־באַנאַלער אינטערפּרעטאַציע פֿון אַ געשעעניש. אַגבֿ, אױך דאָס לשון איז אַ װיכטיקער טײל פֿון דער גערמענעװטיק, װײַל װי אַזױ קען מען אױסטײַטשן אַ װעלכן ניט איז טעקסט אָן װערטער.

לױט מײַן פֿעסטער מײנונג, צווישן די ערשטע און װיכטיקסטע מקורים פֿון דער פֿאָלקסטימלעכער ייִדישער גערמענעװטיק געפֿינען מיר אונדזערע מדרשים, אין װעלכע ס׳װערן אױסגעטײַטשט, און דװקא אין אַ קינסטלערישער פֿאָרעם, די תּנכישע טעקסטן, װי אױך די געשעענישן, װעלכע האָבן געהאַט אַ ריזיקע השפּעה אױף דער אַנטװיקלונג פֿון דער מענטשהײט בכלל און פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בפֿרט.

אײנער פֿון די גרעסטע סודות, װעלכער איז ביזן הײַנטיקן טאָג ניט אַנטדעקט געװאָרן, איז דער סוד פֿון אױפֿבױען די פּיראַמידע פֿאַרן פּרעה חופֿו 2590־2568 (פֿאַר דער מאָדערנער צײַט־רעכענונג), אָדער מער באַקאַנט ווי דער פּרעה כעאָפּס. אַפֿילו הײַנטיקע צײַטן וואָלט דאָס אױפֿבױען אַזאַ שעדעװער פֿון דער אינזשעניר־קונסט ניט געווען קײן לײַכטע זאַך. די פּיראַמידע האָט 147 מעטער די הײך, יעדע זײַט איז אַרום 230 מעטער, די אַלגעמײנע צאָל שטײנער גרייכט צו צװײ מיליאָן דרײַ הונדערט טױזנט שטיק, יעדער שטײן װעגט אומגעפֿער צװײ טאָן, כאָטש עס זײַנען דאָ אױך שטײנער צו פֿופֿצן טאָן.

אינעװײניק באַשטײט די פּיראַמידע פֿון 48 שטאָק, דער אַרײַנגאַנג־טונעל איז אױסגעהאַקט אין אַ פֿעלדז און האָט די לענג פֿון הונדערט מעטער, און זײַן אָננײג־װינקל איז פּונקט 26 גראַד, װי אין אַפּטײק.

ממש אַ נס… דעריבער האָבן זיך פֿאַרשפּרייט כּלערלײ השערות, און צװישן זײ אױך אַזאַ, אַז די פּיראַמידעס האָבן אױפֿגעבױט די ייִדישע קנעכט. אָט דאָס געהערט טאַקע צו דער קאַטעגאָריע „ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן‟. קודם־כּל, זײַנען די ייִדן אָנגעקומען קײן מצרים 700 יאָר נאָך דעם, װי די פּיראַמידע איז אױפֿגעבױט געװאָרן. צװײטנס, מיר האָבן דאָך אַ פּרעכטיקן מקור — די מדרשים, אין װעלכע עס װערט זײער פּרטימדיק דערצײלט װעגן דער תּקופֿה פֿון „עבֿדים היינו בארץ מצרים‟. עס װערן אַפֿילו דערמאָנט די שטעט, װאָס די ייִדן האָבן געבױט — פּותם און רעמסס; עס װערט באַשריבן די פּראָדוקציע פֿון די ייִדישע קנעכט: ציגל פֿון לײם. אַזױ אַז ייִדיש שווייס און בלוט האָט דווקא בײַ די פּיראַמידעס זיך נישט געגאָסן. נאָר װאָס?… אונדזערע אָבֿות זײַנען יאָ געװען בױער פֿון די מצרישע שטעט.

אַ שאָד, אַז מײַן פֿעטער, הענעך דער פֿילאָסאָף, האָט ניט דערלעבט ביז די הײַנטיקע טעג. דאַן װאָלט איך אים געקענט ברענגען אַ שײנעם בײַשפּיל, װי אַ קברן (די בױער פֿון די פּיראַמידעס זײַנען דאָך געװען קבֿרות־לײַט) קען יאָ װערן אַ בױער, אָבער זיכער ניט בײַ די ייִדן.