Oyneg Shabes

פֿון אַ קוש ווערט מען נישט טראָגעדיק

Kisses Don’t Make You Pregnant

  • Print
  • Share Share

די װיסנשאַפֿטלער האַלטן, אַז נײַנציק פּראָצענט פֿון די מענטשן געדענקען אַלע פּיטשעװקעס פֿונעם ערשטן קוש אין זײער לעבן.

■ דער װיסנשאַפֿטלעכער נאָמען פֿון אַ קוש איז „פֿילעמאַטאָלאָגיע‟.

■ פֿון 1981סטן יאָר אָן מיט די קוש־אַספּעקטן באַשעפֿטיקט זיך דער אַלװעלטלעכער געזונטהײט־קאָמיטעט בײַ דער „יו־ען‟.

■ די װיסנשאַפֿטלער האַלטן, אַז דער גענעטישער חומר, װאָס דער מענטש באַקומט בעתן קוש, װערט אַנאַליזירט מיט דער הילף פֿון מאַקראָפֿאַג־צעלן, װעלכע לױט זײער בױ דערמאָנען די נערװן־סיסטעם.

■ דער פֿיזיאָלאָגישער באַדײַט פֿון אַ קוש באַשטײט אין באַקומען דעם אַנטיגענישן מאַטעריאַל פֿאַר אַן אַנאַליז. דאָס הײסט, אַז דעם מענטשנס אימוניטעט־סיסטעם פּרובירט אױסקאָנטראָלירן, צי װעלן זײַן געזונט די קינפֿטיקע קינדער פֿון דעם־אָ יחיד.

■ אַ הײסער קוש רופֿט אַרױס אין מוח די זעלבע כעמישע רעאַקציעס, װעלכע ס‘רופֿט אַרױס דאָס אַראָפּשפּרינגען מיטן פּאַראַשוט.

■ די ליפּן זײַנען אַ סך פֿילעװדיקער װי די שפּיצפֿינגער. אײן הײסער קוש העכערט די דופֿק־גיכקײט ביז 100, און אַפֿילו מער שטױסן אין אַ מינוט.

■ בעתן אײנפֿאַכן קוש װערן פֿאַרברענט פֿינף קאַלאָריעס; אַ הײסער קוש װעט אײַך שױן „קאָסטן‟ אַרום דרײַסיק קאַלאָריעס.

■ לױטן באַריכט פֿון דעם אַלװעלטלעכן געזונטהײט־קאָמיטעט בײַ דער „יו־ען‟, פֿאַרדינען די מענער, װעלכע קושן זײערע פֿרױען פֿאַרן אַװעקגײן צו דער אַרבעט, מער װי די מענער, װעלכע טוען דאָס ניט.

■ אין אוראַלטן עגיפּטן האָט מען בכלל ניט געװוּסט װעגן אַ קוש. אַזױ אַרום, וואָלט די קעניגין קלעאָפּאַטרע זיך קײן מאָל ניט געקושט, אױב איר געליבטער, דער רױמישער צעזאַר, וואָלט זי ניט אױסגעלערנט.

■ אין עטלעכע אַמעריקאַנער שטאַטן פֿונקציאָנירן ביזן הײַנטיקן טאָג אַנטי־קוש־געזעצן. אין אינדיאַנע — „אַ מאַן מיט װאָנצעס טאָר ניט קושן אַ װעלכן ס‘ניט איז מענטש‟. אין קאָנעטיקאָט, אום זונטיק, איז פֿאַרווערט צו קושן זיך מיט דער אײגענער פֿרױ.

■ אַ. װאָלפֿראַם פֿון מינעסאָטע האָט אין משך פֿון אַכט שעה אַ קוש געטאָן 8,001 מענטשן.

■ יעדער מענטש אין משך פֿון זײַן לעבן קושט זיך אומגעפֿער צװײ װאָכן צײַט, בערך 340 שעה.

■ בעתן קוש „לױפֿן איבער‟ 278 פֿאַרשײדענע באַקטעריעס. אָבער, גאָט צו דאַנקען, 250 פֿון זײ זײַנען געזונטע באַקטעריעס.

■ אַ מײדל קושט זיך מיט בערך נײַן פֿאַרשײדענע בחורים, אײדער זי גײט צו דער חופּה.

■ די ייִנגלעך הײבן אָן זיך צו קושן װי „דערװאַקסענע‟ בערך בײַ 13 יאָר.