Oyneg Shabes

וויצן לכּבֿוד שבת

Sabbath Jokes

  • Print
  • Share Share

אַ וויץ פֿון אָד״ם הכּהן

אַ חסיד האָט אַ מאָל געטראָפֿן דעם אַפּיקורס אָד”ם הכּהן לעווינזאָן טראָגנדיק אין האַנט אַ שטעקן אום שבת.

— ווי האָט איר ניט מורא פֿאַר גאָט צו טראָגן אַ שטעקן אום שבת? — פֿרעגט אים דער חסיד.

— טאַקע ווײַל איך האָב מורא פֿאַר גאָט, גיי איך מיט אַ שטעקן — האָט זיך דער דיכטער פֿאַרענטפֿערט.


רבי עקיבֿא אייגער מיט אייגענע משׂכּילים

ר׳ עקיבֿא אייגער האָט אַ מאָל, אַרויסגייענדיק פֿון שיל אום יום־טובֿ, געטראָפֿן עטלעכע משׂכּילים, וואָס האָבן גערייכערט, און אַ חשד איז געווען, אַז זיי רייכערן אויך אום שבת. האָט ער צו זיי געזאָגט:

— גוט־שבת!

זאָגן זיי אים: רבי, עס איז דאָך הײַנט יום־טובֿ און ניט שבת.

— אַזוי? — האָט ר׳ עקיבֿא אייגער געענטפֿערט, — כ’האָב אײַך געזען רייכערן, האָב איך געמיינט, אַז עס איז שבת…


הקול קול יעקבֿ

אַ ייִד מיטן נאָמען יעקבֿ איז אַ מאָל געקומען צו אַ רבֿ שבת צו גאַסט און האָט געקלאַפּט מיט דעם אײַזן אויף דער טיר (ווי עס איז דאָ אין אַ טייל הײַזער — שבת טאָר מען דאָס ניט טאָן). דער רבֿ איז אים אַנטקעגן געגאַנגען און דער ייִד האָט אים געזאָגט, אַז ער הייסט יעקבֿ. האָט דער רבֿ אים געענטפֿערט:

— („הקול קול יעקבֿ‟) אײַער שטים איז טאַקע יעקבֿס, („והידים ידי עשׂו‟), אָבער די הענט זײַנען עשׂוס…


אַ משוגענער רבֿ

אַ רבֿ אַ גײַסטיק קראַנקער, וואָס האָט זיך געפֿונען אין משוגעים־הויז, האָט דאָרט בשום־אופֿן נישט געוואָלט עסן אום שבת די פֿריש־געקאָכטע מאכלים. מיט שווערער מי האָט מען אים באַזאָרגט עסן פֿון פֿרײַטיק.

שפּעטער איז ער אַרויס אין גאָרטן און פֿאַררייכערט אַ ציגאַר.

— רבי, — האָט אים דער דאָקטער געפֿרעגט, — עסן געקעכטס פֿון הײַנט האָט איר נישט געוואָלט און רייכערן רייכערט איר יאָ?

— דערויף בין איך דאָך משוגע, — האָט ער געענטפֿערט.


גויים אויף פּסח

צום בעלזער רבין איז געקומען אַן אַרענדאַר. ר’ שלום האָט אים אויסגעמוסרט וועגן חלול־שבת. דער אַרענדאַר האָט אים צוגעזאָגט אַ גאַנץ יאָר אָפּהיטן שבת נאָר ניט שניטצײַט, אין סאַמע ברען. דערציילט אים דער רבי אַ מעשׂה:

אַ פּריץ האָט פֿאַרבעטן אַ סך פּריצים צו אַ סעודה. יעדער האָט געלויבט זײַן ייִדן. דער פּריץ לויבט די געטרײַשאַפֿט און וויליקייט פֿון זײַן מאָשקע, אין־לשער, אַפֿילו שמדן אויך. „אָ!‟ וווּנדערן זיך די פּריצים.

ער שיקט אים רופֿן:

— מאָשקע! ביסט מיר געטרײַ?

— פֿאַרן פּריץ גיי איך אין פֿײַער אויך — ענטפֿערט דער ייִד.

— איך וויל דו זאָלסט זיך שמדן — מאַכט צו אים דער פּריץ.

אַ פֿאַרציטערטער און מיט אַ שטיל, פֿאַרצויגן קול זאָגט דער ייִד: י־אָ…

דער פּריץ האָט אים אָפּגעשמדט.

אין עטלעכע חדשים רופֿט אים דער פּריץ: קענסט אַצינד צוריק ווערן אַ ייִד.

— איך וועל מיך מישבֿ זײַן מיטן ווײַב, — ענטפֿערט דער ייִד.

דאָס ווײַב זאָגט:

— ווי אַזוי וועלן מיר אַצינד טאָן, ס’גייט צו פּסח, גרויסע הוצאָות, מצות, ווײַן, כּלים, בעט דעם פּריץ מיר זאָלן מעגן זײַן גויים ביז נאָך פּסח…


רעכטס צי לינקס

דער וואָלאָזשינער גאון האָט געהאַט אַ מינהג צו שלאָפֿן שבת נאָכן עסן. איין מאָל האָט ער געטראָפֿן די תּלמידים פֿון זײַן ישיבֿה ווי זיי זיצן און פּלוידערן פֿון וועלט־זאַכן אום שבת. האָט ער צו זיי געזאָגט:

— שבת איז געשאַפֿן געוואָרן אָדער צו לערנען אָדער צו שלאָפֿן, ווײַל „ש־ב־ת‟ מאַכט „שונה בשבת תּענוג‟ (לערנען אום שבת איז אַ תּענוג). אָדער עס קען אויך מאַכן „שינה בשבת תּענוג‟ (צו שלאָפֿן אום שבת איז אַ פֿאַרגעניגן).

רופֿט זיך אָפּ איינער פֿון די תּלמידים:

— עס קען דאָך אויך מאַכן „שׂיחה בשבת תּענוג‟ (צו שמועסן אום שבת איז אַ פֿאַרגעניגן).

דער גאון האָט אים דערויף באַלד געענטפֿערט:

— עס שטייט געשריבן „לבֿ חכם לימינו‟, דעם חכמס האַרץ איז צו רעכטס, דאָס מיינט, אַז דער חכם לייענט דאָס פּינטעלע אויף דער „שין‟ פֿון שבת צו רעכטס, דאַן איז עס אַ שין און עס קאָן מאַכן אָדער „שונה‟ (לערנען) אָדער „שינה‟ (שלאָפֿן). „ולבֿ כּסיל לשׂמאלו‟ (דאָס האַרץ פֿון אַ נאַר איז לינקס) — דער נאַר לייענט עס, אַ שטייגער, ווי דאָס פּינטעלע וואָלט געשטאַנען צו לינקס פֿון דעם „שין‟, דעמאָלט איז עס אַ „סין‟ און עס קאָן מאַכן שׂיחה (רייד).