Oyneg Shabes

ביסטו טאַקע דאָרט?

Are You Really There, God?

  • Print
  • Share Share

שאולי גראָס איז אַ באַקאַנטער יונגער זינגער און מחבר פֿון זינגלידער אויף ייִדיש. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין ניו־סקווער און האָט געאַרבעט ווי אַ פּראָדוצירער און שרײַבער מיט פּראָמינענטע מוזיקער פֿון דער חסידישער וועלט, ווי, למשל, ליפּע שמעלצער. אין דעם דאָזיקן ליד דריקט ער אויס דעם ווייטיק און די ספֿקות, וואָס פּלאָגן אַ סך פֿרומע ייִדן.