Oyneg Shabes

צו װאָס?

What For?

פֿון משה בראָדערזאָן

  • Print
  • Share Share

אין דער גאָר לעצטער צײַט איז אױף אונדזער ליטעראַרישן מאַרק געװאָרן אַקטועל אַ מין חלאַת ר”ל, װאָס איך האָב קײן אַנדער נאָמען נישט פֿאַר איר װי — ליטעראַרישע היפּאָכאָנדריע!

מען שרײַבט, און מען שרײַבט, און מען שרײַבט —

מען דרוקט, און מען דרוקט, און מען דרוקט —

און אַלע אױף אײן קול:

— אינדז גײַע־מאָ־אינטאָ! (אױפֿן פּױלישן דיאַלעקט) און — מיר גײען אונטער (אױף ליטװיש).

װאָס גײט אונטער? װער גײט אונטער? פֿון װאַנען נעמט זיך די פּאַניק?

איך װײס נישט װער עס איז געװען דער איניציאַטאָר און דער באַ­גײַסטערער פֿון דער מרה־שחורה­דיקער אַרמײ.

צו דעם ענין האָבן שױן אױך צוגעלײגט זײערע טאַלאַנטירטע הענט: לײװיק, גלאַזמאַן, מנחם. און לױט מײַן אָריענטירן זיך אין ראַ­װיטשן — רעדט אױך ער װעגן דעם אינעם דיסקוסיע־אַרטיקל “װעגן די פּערס­פּעקטיװן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור”.

דאַכט זיך, מאָדערנע מענטשן — מײַנע ליבע חבֿרים — און דאָך, זאָלן זיי מיר מוחל זײַן, אַזעלכע װײנערס, אַזעלכע קלאָגמוטערס פֿון מאַנצבילשן געשלעכט…

און אַ קאָנסעקװענץ? אַ קאָנ­סעק­װענץ — אָפּגעהיטן זאָל מען װערן — אַ רײן־װײַבערישע! אַ נערװעזע! אַ בשום־אופֿן נישט אױסגעהאַלטענע!

לײענט מען ברוך גלאַזמאַנס װידױ “פּיאָנערן”*, דאַכט זיך אױס: אָט־אָט פֿאַלן זײ, די אַמעריקאַנער הימלען, אױף אונדזערע אײנזײַטיקע פּיאָנערן, און ס׳עקט זיך אונדזער… ביכערװעלט…

…בײַ אונדז, פּונקט להיפּוך, האָבן נאָך אַ תּיקון, אַ צו גרױסן תּיקון, פֿאַר­שײדענע מינדערװערטיקײטן אױפֿן ליטעראַרישן, מוזיקאַלישן, מאָלע­רישן און טעאַטראַלישן געביט!

נישט צו פֿאַרזינדיקן!

און אַז גוטע ביכער גײען שלעכט — אַ גוט בוך מוז האָבן אַ גוטן לײענער, אַ גוט בוך מוז האָבן אַ דער­צױגענעם, דאָס איז גאָר נישט קײן חידוש, לײענער.

איך װעל געבן נאָענטע בײַשפּילן:

אַז מען חזרט אין דער שול אױף אױסנװײניק, “דזשיאַדי” — קאָן מען דערנאָך תּופֿס זײַן “טשיהאַניע נאַ באָגאַ”.

אַז איך האָב, בעװנותינו־הרבים, געזוברעװעט** אױף אױסנװײניק “פּאָלטאַװע”, “טשודען דניעפּר” און שטיקער פֿון “דעמאָן” — האָב איך שפּעטער הנאה געהאַט פֿון יעסענינען, פֿון לײװיקן, גלאַזמאַנען, בראָדערז… (אַך, מײַן גאָט, װי אומבאַשײדן!) און איך האָב געװוּסט, װי צו ליבן און לױבן מײַנע ייִנגערע און עלטערע קאָלעגן אױף בײדע זײַטן פֿונעם ים, און װי נתפּעל װערן פֿון דער הער­לעכער “כּישוף־מאַכערין פֿון קאַס­טיליע”…

…עפּעס מיר נישט, דיר נישט, הײבן מיר זיך אָן צו פּילפּולען װעגן דעם “קיום פֿון אומה און שפּראַך”, און מיר באַיאָמערן זיך און מיר באַקלאָגן זיך, און מיר מאַכן זיך רעק­לאַמע דאָרט, װוּ מיר דאַרפֿן עס לחלוטין נישט האָבן!

מען קאָן דאָך נישט קומען מיט אמתער ליבע צום פֿאָלק, און זאָגן: קױף מיך… קױף מײַנע ביכער!…

אײן זאַך מוז אָבער פֿאַר אונדז קלאָר זײַן, אַז אױב דאָס פֿאָלק “קױפֿט” אונדז נישט, אַפֿילו בײַ די גרעסערע יללות און שטומע פֿאָרװאָרפֿן — איז עס נאָר אַ באַװײַז, אַז עס האָט נישט פֿאַר װאָס. זײ װילן נישט טרינקען שאַמפּאַניער און באַגנוגענען זיך מיט עפּלקװאַס!

אַז דאָס פֿאָלק אָבער דאַרף אונדז, מוז אונדז, צוזאַמען מיט אונדזער ליטעראַטור און שפּראַך, האָבן — איז אױך דאָ אַ סימן.

והאָ־ראַיה — מיר זײַנען!

טאָ, װאָס באַדײַט עס, אױב אַזױ, דאָס שטענדיקע צולײגן צו דער נאָז אַ פֿעדער און דאָס אױספּרוּװן, צי מיר לעבן נאָך צי ניט?

צו װאָס שרעקן און אָנװאַרפֿן אַ פּחד און אַרומגײן מיט טרױעריקע מתים־פּנימער?

און צו װאָס זיך אַלײן טרײסטן מיט פּילפּול?

פּױלן, 1924

* „ביכערװעלט” נ׳ 2, װאַרשע

** געלערנט, צו קענען “װי אַ װאַסער”