Oyneg Shabes

אויפֿן אײַז שטייט אַ בוים

On the Ice Stands a Tree

  • Print
  • Share Share

אין מאָסקווע אויפֿן פֿאַרמעסט „אײַז־תּקופֿה‟ טאַנצן די פֿיגוריסטן אַלבענאַ דענקאָוו און פּיאָטר קיסלאָוו אונטער דער מוזיק פֿון מאַנגערס ליד „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟, געזונגען פֿונעם ייִדישן זינגער יעפֿים טשאָרני. איינער פֿון די גרינדערס פֿון דעם אײַז־שאָו איז איליאַ אַווערבאַך, אַ מאָסקווער ייִד, וואָס האָט אויך צוגעטראַכט די ייִדישע קאָמפּאָזיציע. ער האָט עס אָנגערופֿן „וויגליד‟.