Oyneg Shabes

אַ מהומה

Riot

פֿון דוד פּינסקי

  • Print
  • Share Share

בײַ ר׳ געצל יאָשעס אין שטוב איז אַ גאַנצע מהומה, אַ טומל, אַ געפּילדער. עס איז אַרײַן אַ קאַץ אין שטוב.

נאַטירלעך װאָלט דערפֿון גאָר נישט געװען, װען בײַ ר׳ געצל יאָשעס װאָלטן נישט געװען זעקס דער­װאַק­סענע טעכטער, אײנע אונ­טער דער אַנדערער פֿון צװאַנציק יאָר ביז… נאָר דאָס זאָגט מען נישט אױס. בקיצור עס װאָלט דערפֿון גאָר נישט געװען, װען…

ר׳ געצל יאָשעס איז פֿון די אַלטע באַלעבאַטים אין שטאָט. זײַן טאַטע האָט געשפּילט אַ גרױסע ראָלע, דער זײדע גאָר אַ גרױסע, און דער עלטער־זײדע — גאָר־גאָר אַ גרױסע. דעם עלטער־עלטער־זײדן גע­דענקט שױן די געשיכטע נישט. אײניקע זאָגן, אַז ער איז געװען פֿון די ערשטע חסידישע רבײם, און אַנדערע האַלטן, אַז ער איז געװען גלאַט אַ פֿערד־גנבֿ. נאָר אַזױ װײַט דאַרף מען נישט קריכן. עס איז גענוג, אַז דער עלטער־זײדע האָט געשפּילט גאָר־גאָר אַ גרױסע ראָלע, דער זײדע גאָר אַ גרױסע, און דער טאַטע, און אַזױ װײַטער. ער, ר׳ געצל יאָשעס אַלײן, האָט געהאַט אַ צװײ־שטאָקיק קרום הױז, אַ פֿעלקרעמל אָן פֿעל, אַ “שטאָט” אין שול — אין רעכטן מיזרח, אָבער דער עיקר, זעקס דערװאַקסענע מױדן, מיט װעלכע ער האָט זיך קונה־שם געװען אַ סך מער װי דער עלטער־על­טער־זײדע, אױב יענער האָט געהאַט אין זיך אַפֿילו בײדע מעלות צוזאַמען.

זעקס דיקע, הױכע, פֿעטע מױדן, אַלע געראָטן אין דער מאַמען — אַ הױכע, דיקע ייִדענע, אַ פֿאַרגאָסענע מיט שמאַלץ, בײַ װעלכער נישט נאָר די פֿיס, נאָר אַפֿילו די צונג קאָן זיך נישט באַװעגן — אַ “שטיק גראָב פֿלײש” פֿון שטענדיקן עסן און נאַשן.

דאָך האָבן די טעכטער אַלע גע­קאָנט לײענען און שרײַבן: ייִדיש װי אַ װאַסער, נאָר רוסיש — אָן אַ “פּירוש־המילות”, פּשט — פּשוט נישט פֿאַר­שטײענדיק אַ װאָרט. זײערע קענ­טענישן האָבן זײ גענאַשט בײַ חײם דעם שרײַבער, װעלכער האָט געהאַט פֿאַר אַלע מײדלעך אײן פֿאָרשריפֿט, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן מיט די װערטער: “די זון פֿון דער בילדונג האָט אַרײַנגעשײַנט אין אונדזער אונטן”… די פֿאָרשריפֿט האָט ער מחבר געװען מיט אַ יאָר פֿופֿצן צוריק, װען בײַ אים איז געשטאָרבן דאָס צװײטע װײַב. ער איז אַזױ אַנטציקט געװאָרן פֿון זײַן װערק, אַז ער האָט עס געװאָלט איבערזעצן אין לשון־קודש, נאָר עס האָבן אים אױסגעפֿעלט װערטער און יעמאָלט זײַנען נאָך די שׂפֿה ברורהס נישט געװען…

דאָס איז אַ צופֿאַל אָדער נישט, נאָר די טעכטערס נעמען גײען נאָכן אַלף־בית: איטע, באַשע, גישע, דבֿורה, הינדע און װיגאָשע. דאָס האָט זיך געכאַפּט טאַקע חײם באָק אַלײן. יענער טאָג איז געװען דער גליק­לעכס­טער אין זײַן לעבן. ער האָט געריבן פֿון פֿאַרגעניגן די הענט, גע­לאָפֿן פֿון שטוב צו שטוב, און אומע­טום פֿלעגט ער אױסשרײַען מיט אימפּעט, כּמעט אין אײן אָטעם: “איר װײסט? בײַ געצל יאָשעס גײען די טעכטער נאָכן אַלף־בית: איטע, באַשע, גישע, דבֿורה, הינדע און װי­גאָשע! כע, כע, כע… איך אַלײן האָב זיך דאָס געכאַפּט! כי, כי, כי…”

דבֿורה איז אַפֿילו די עלטסטע, װיגאָשע גאָר די צװײטע, באַשע די דריטע, הינדע די פֿערטע, איטע די פֿינפֿטע, און גישע די ייִנגסטע, נאָר דאָס מאַכט נישט אױס, לחלוטין גאָר נישט.

בײַ געצל יאָשעס איז כּל־ימיו געװען אַ דינסט אין שטוב. נאָר נישט אײן דינסט כּל־ימיו — דינסטן האָבן זיך בײַ אים אָפֿט געביטן. זײַן געזינד זאָגט, אַז “עס גיבט קײן רעכטע דינסט” — פֿון שמרס ראָמאַנען האָבן זײ זיך אױסגעלערנט “דײַטש צו שפּרעכען”. נאָר די דינסטן זאָגן אױף פּראָסט ייִדיש, אַז “נעכײַ הונגערן, אַבי אין זײער ד׳ אַמות נישט שטײן”. אָדער נאָך פּראָסטער: “אױסגעשװוּמען און אױסגערונען האָט געמעגט װערן דאָס געזינדל!”…. אײן דינסט האָט באַדױערט, װאָס זי קאָן ניט שרײַבן, אַז נישט װאָלט זי געמאַכט פֿון דער שטוב דעם “העכסט־אינטערעסאַנטן ראָמאַן”…

— קײן גרעסערן טריאַטער דאַרף מען גאָר נישט האָבן! — האָט דער­קלערט די דינסט.

און יעדן טאָג אַ באַזונדער “טריאַ­טער”. װי אַ טאָג.

אײן טאָג שטײט מען אױף גוט אױפֿגעלײגט. דער סימן איז, אַז מען הײבט זיך אָן גלײַך אױספּוצן אין “עסיק און אין האָניק”. יענעם טאָג איז שטיל, דאָס הײסט, נישט גאָר שטיל, מען װעט זיך אָבער נישט שלאָגן, נאָר װערטלען זיך גלאַט אַזױ, אַבי נישט זיצן לײדיק.

— זע, װי זי טרעט נישט אָפּ פֿון שפּיגל! — זאָגט דבֿורה צו װיגאָשען, — לאָז מיר אַ ביסל. גײ, װעסט שענער נישט װערן…

— װאָס זאָגט מען צו דער “פּאַרשױן?” — שטעכט אָפּ װיגאָשע.

— שענער פֿאַר דיר!

— זעסט דאָך, װי מען כאַפּט דיר אױס!

— כאַפּן זאָל דיך אַ קרענק!

— דיך מיט אַ צען־יאָריקער קדחת…

און עס רעדט זיך עס גאָר אָן כּעס, אָן אַ טראָפּן בײזקײט.

אַן אַנדערן טאָג שטײען זײ אױף פֿאַרשלאָפֿן, מיד, װאַשן זיך נישט אײַן, גײען אַרום צעשױבערט, מיט אָפֿענע בוזעמס און אין שמוציקע אונ­טערקלײדלעך, יעמאָלט עפֿנט זיך דער גיהנום.

— די פֿיס װעל איך דיר װײַטער אָפּשלאָגן, שטיק שלאַק! די גאַנצע נאַכט געטור­כעט מיר אין די זײַטן, — שרײַט איטע צו גישען.

— נאַ־אַ־נאַ! — ענטפֿערט גישע בײז און שפּאַרט איטען אַ “פֿײַג” אונטער דער נאָז.

און איטעס גלאָז טײ פֿליט צו גישען אױף דעם געזיכט.

אין אַ װײַלע אַרום זאָגט שױן די אונטערשטע שכנה: “שאַ, דער גיהנום האָט זיך געעפֿנט!”

אַז מען איז גוט, רעדט מען שטענ­דיק װעגן יונגע־לײַט. אָפֿט רײדן צװישן זיך די עלטערע, די ייִנגערע זאָלן נישט הערן — די ייִנגערע אױף צעלאָפּענעס*, און די ייִנגערע סודען זיך — די עלטערע אױף צעפּיקעניש. מען סודעט זיך און מען לאַכט, און מען אָטעמט שװערער… אָ, דאָס לײדיק אַרומגײן!…

נאָר — אָט איז בײַ ר׳ געצל יאָשעס אין שטוב אַ מהומה, אַ טומל, אַ געפּילדער. עס איז אַרײַן אַ קאַץ אין שטוב.

דאָס האָט זיך געטראָפֿן, װען די דינסט האָט אַרױסגעטראָגן די פּאָ­מױניצע און געלאָזן אַ ביסל אָפֿן די טיר. אַ שװאַרצע קאַץ איז צו צו דער טיר, האָט זי אַ שמעק געטאָן, אַרײַנ­געשטעקט אַ ביסל דעם קאָפּ, איבער­צײַגט זיך, אַ פּנים, אַז אױף די ערשטע טריט װעט זי קײנער נישט אָפּשטעלן, און איז אַרײַנגעשפּרונגען אין טיר און גלײַך אין קיך. די דינסט איז צוריק אַרײַן מיט דער פּאָמױניצע און פֿאַרמאַכט די טיר. די קאַץ איז פֿאַרקראָכן אונטערן בעט, און אַז די דינסט האָט אַרײַנגעשטעלט אַ טאָפּ אין אױװן, איז זי אַרױס פֿון קיך, אַרײַן אין פֿאָרצימער, פֿון דאָרטן צו דער זאַלטיר, װעלכע איז געװען פֿאַנאַנדערגעעפֿנט. אין “זאַל” זײַנען געזעסן און געשטאַנען די זעקס מױדן, שױן אױסגעפּוצטע. דבֿורה און באַשע זײַנען געשטאַנען נעבן שפּיגל און געװערטלט זיך; הינדע איז געשטאַנען אין מיטן צימער, פֿאַרנומען מיט אַ קרײַז פֿון איר קלײד; גישע, איטע און װיגאָשע זײַנען געזעסן אױפֿן הילצערנעם זיצבעטל, װאָס שטײט בײַ דער װאַנט, קעגנאיבער דעם שפּיגל, און געװערטלט זיך. די קאַץ האָט זיך אַ שאַר געטאָן אַרום טיר, אַרײַן אין זאַל און אַרום װאַנט אַ יאָג געטאָן זיך אין שלאָפֿצימער.

— אײַ, אַ קאַץ! — שרײַען אױס אױף אַ מאָל מיט שרעק גישע, איטע און װיגאָשע און הײבן אױף אונטער זיך די פֿיס.

— װוּ אַ קאַץ? — האָבן די איבעריקע אױסגעשריִען, דבֿורה און באַשע אָפּשפּרינגענדיק פֿון שפּיגל, הינדע אָפּלאָזנדיק דעם קרײַז.

— אין קאַמער! אין קאַמער! אָט ערשט! — ענטפֿערן מיט שרעק די דרײַ פֿון זיצבעטל.

— אײַ, מאַ־מע־ע־ע! — שרײַען אױס די דרײַ װאָס שטײען אין צימער און לאָזן זיך לױפֿן צום זיצבעטל, נאָר דאָרטן באַגעגנט מען זײ מיט אױסגעשטעלטע נעגל. און באַשע לױפֿט צו מיט אימפּעט צו אַ שטול און זעצט זיך אַרױף מיט די פֿיס אונטער זיך; הינדע אַנטלױפֿט מיט אַ קװיטש צו דער דינסט אין קיך; דבֿורה װאַרפֿט זיך אַרױף אױפֿן זיצבעטל צװישן איטען און װיגאָשען, קװיטשעט: “אױ, מאַ־מע־ע־ע!” און װיל נאָך אױפֿהײבן די פֿיס. איטע און װיגאָשע קנײַפּן זי, שטופּן זי, קלאַפּן זי, נאָר זי הערט עס ניט, שרײַט און דרינגט זיך מיטן גאַנצן כּוח. דאָס הילצערנע זיצבעטל לאָזט זיך נישט בעטן, קרעכצט אָפּ און גײט זיך פֿאַנאַנדער… אַלע פֿיר מױדן פֿאַלן אַראָפּ אױף דר׳ערד…

די מײדן שפּרינגען אױף, נישט טױט, נישט לעבעדיק! מיט װילדע אױגן פֿאַר שרעק טראָגן זײ זיך איבערן צימער און פֿאַר­פֿליִען אין קיך. באַשע פֿאַרלאָזט איר אָרט אױף דער שטול — איר װערט שרעקעדיק אַלײן אין צימער — און לױפֿט נאָך די שװעסטער.

און די קאַץ איז אַרײַן אין שלאָפֿצימער, האָט געפֿונען דאָרטן אַ מױזלאָך און אָפּגעשטעלט זיך רויִק באַשמעקן. אין אַ װײַלע אַרום האָט זי אונטערגעבױגן דעם עק מיט די הינטערשטע פֿיסלעך און אַװעקגעזעצט זיך דרימלען. און אַז די דינסט איז געקומען צו איר מיט דער באַרשט, האָט די קאַץ לכתּחילה נישט פֿאַרשטאַנען װאָס זי מײנט, נאָר אַז יענע האָט אױף איר אױפֿגעהױבן די באַרשט, האָט זי זיך צוריק אַ לאָז געטאָן אין זאַל און פֿון זאַל אין פֿאָרצימער. נעבן קיך האָט זי זיך געװאָלט אָפּשטעלן און אָנגעהױבן באַשמעקן די טיר. נאָר דער רעש פֿון די מױדן הינטער דער טיר און די באַרשט, װאָס האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אױף איר רוקן, האָבן איר געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז מען דאַרף אַרױס פֿון דער אָפֿענער גאַסטיר.

נאָר די זעקס מױדן האָט שױן אָנגעכאַפּט די ספּאַזמע.

אַ מהומה, אַ טומל, אַ געפּילדער…

1895


* זײ זאָלן פּלאַצן, אױף צעפּיקעניש