Oyneg Shabes

בײַם רבינס טיש

At My Rebbe‘s Table

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

  • Print
  • Share Share
ר’ דוד־משה ראָזען

יוסף, װאָס האָט אױף זיך עדות געזאָגט, אַז ער איז אַן עבֿרי — האָט זוכה געװען, אַז זײַנע בײנער זאָלן אַרײַנגעבראַכט װערן אין ארץ־ישׂראל, אָבער משה, דערפֿאַר װאָס ער איז באַלד ניט אַרײַנגעקומען און געזאָגט, אַז ער איז אַן עבֿרי — האָט נישט זוכה געװען אַרײַנצוקומען אין לאַנד.

שמות רבּה, א’

יעדעס יאָר, אין חודש שבֿט, װען עס קומט צו דער פּרשה „יתרו‟, צעזינגט זיך און יאָמערט אין מײַן נשמה אַ פֿױגל, אַ מאָדנער פֿױגל אָן אַ נאָמען, אַ פֿױגל, װעלכער איז אַרײַנגעפֿלױגן אין מײַן נשמה דורכן רעכטן אױער מיט אַ האַלבן יובֿל צוריק, בעת שלש־סעודות אין דער כאָראַל־שיל אין בוקאַרעשט. אַרײַנגעפֿלױגן — און געבליבן אױף אײביק… דער פֿױגל, אַגבֿ, איז אַרױסגעפֿלױגן פֿון מײַן רבינס מױל. איך מײן דעם רבֿ דוד־משה ראָזען, זצ”ל.

ר’ דוד־משה ראָזען האָט געדאַװנט בײַם עמוד נאָר אײן מאָל אין יאָר — דעם צװײטן טאָג ראָש־השנה, װײַל דעם צװײטן טאָג אין חודש תּשרי האָט ער געהאַט יאָרצײַט נאָך זײַן טאַטן, ר’ אַבֿרהם אַריה־לײבן, װעלכער איז געװען אַן אוראײניקל פֿון ר’ נחמן בראַסלאַװערס שװער, װי אױך אַ קינדסקינד פֿון מהר״ל פֿון פּראָג.

צו דאַװנען מיטן רבין איז געװען אוממעגלעך — ער איז געװען פֿאַרטיק מיטן דאַװנען נאָך אײדער אַ מנין פֿון עלטערע־לײַט פֿלעגט אָנטאָן דעם הײליקן מלבוש. צו דעריאָרגן דעם רבין אין דאַװנען איז געװען אוממעגלעך, פּונקט אַזױ, װי אוממעגלעך איז געװען צו דעריאָגן זײַנע מחשבֿות און פֿאָררױסזען זײַנע מעשׂים.

ביזן הײַנטיקן טאָג װײס איך נישט װאָס איז געװען די סיבה, אַז הרבֿ ראָזען האָט מיך אַרױסגענומען פֿון מײַן שטילער װאַרעמער נעסט אין ישׂראל און, גלײַך נאָך דער רומענישער רעװאָלוציע, אַװעקגעזעצט לעבן זיך אינעם פֿינצטערן אַנאַרכיסטישן בוקאַרעשט. איך קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז ס’איז געװען אַ סבֿרה, אַז די פֿריש געבאַקענע אומאָפּהענגיקע רעפּובליקאַ מאָלדאָװאַ, ס’הײסט די געװעזענע בעסאַראַביע, װעט װערן אַ פֿעדעראַטיװער טײל פֿון „גרױס‟ רומעניע, און איך, מיט מײַנע ברײטע באַציִונגען אין אָפֿיציעלע און ניט קײן אָפֿיציעלע אַמטן, קען קומען צו נוץ דער פֿעדעראַציע פֿון די ייִדישע קהילות אין רומעניע, און פּערזענלעך — דעם הױפּט ראַבינער פֿון רומעניע, ר’ דוד־משה ראָזענען. אַזױ צי אַנדערש, נאָר כ’האָב נישט געקענט אָפּזאָגן דעם רבין און זיך איבערגעקליבן קײן בוקאַרעשט, אין מײַן נײַער דירה אַנטקעגן איבער דעם ייִדישן מלוכה־טעאַטער. די פֿרױ מײַנע, פֿײגעלע, מיט די קינדער זײַנען דערװײַל געבליבן אין ישׂראל.

נאָך לאַנגע יאָרן פֿון אַן אַכזריותדיקער קאָמוניסטישער דיקטאַטור האָט די גאַנצע רומעניע זיך פּלוצעם אַ װאָרף געטאָן אין אַ צװײטער זײַט, צו אַן אַנאַרכיסטישער אומגעזעצלעכער „פֿרײַהײט‟. דער לייטער פֿון דער קלײנער ייִדישער קהילה, הרבֿ ראָזען, האָט געציטערט איבער יעדן ייִדן, װי אַ קװאָטשקע איבער די עופֿעלעך. עס זײַנען געװען אַ פּאָר פֿאַרװאָרפֿענע דערפֿער אין די קאַרפּאַטן־בערג, װוּ ס׳זײַנען געבליבן אײן אָדער צװײ אַלטע ייִדן, און אױך זײ פֿלעגן יעדן חודש באַקומען אַ פּעקל מיט כּשרן שפּײַז און בגדים. עס רעדט זיך װעגן אַ תּקופֿה, װען ס’רובֿ רומענישע בירגער האָבן ממש געהונגערט. די װאָך פֿלעגט דער רבי אָנהײבן מיט אַ באַזוך אין די ייִדישע שפּיטעלער און עלטערן־הײַזער, און פֿאַרענדיקט די װאָך מיט אַ פֿײַערלעך קבלת־שבת. צו די שלש־סעודות פֿלעגט ער שױן זײַן אַ ביסל מיד, נאָר קײן מאָל ניט אױסגעמיטן צו זיצן בײַם טיש און לערנען אַ בלעטל גמרא מיט זײַנע שעפֿעלעך. יעדן שבת, בעת דער סעודה פֿלעג איך זיצן לעבן דעם רבין, פֿון דער לינקער זײַט און, דעם אמת געזאָגט, מײַנע מחשבֿות זײַנען שטענדיק געװען גאָר װײַט פֿונעם לימוד. כ’האָב געבענקט נאָך מײַן משפּחה.

עס איז געקומען צו דער פּרשה „יתרו‟. פֿון די אַלע װערטער האָב איך געהערט נאָר אײן װאָרט — צפּורה, פֿײגעלע… און פֿאַר מײַנע אױגן איז געשטאַנען מײַן פֿײגעלע, װײַל יעדע בענקשאַפֿט האָט איר פֿײגעלע…

…„האָט יתרו געזאָגט צו זײַנע טעכטער: ‘װוּ איז דער מענטש? רופֿט אים און זאָל ער עסן מיט אונדז ברױט, טאָמער װעט ער נעמען אײנע פֿון אײַך פֿאַר אַ װײַב? …איז באַלד צפּורה, געשװינד װי אַ פֿױגל, געלאָפֿן נאָך משהן און זי האָט אים געברענגט צום פֿאָטער. און משה האָט געהערט פֿון דרױסן װי מע רופֿט אים ׳מצרי׳ און ער האָט געשװיגן און גאָרנישט געזאָגט.‟

און דאָ פּלוצעם, האָט הרבֿ ראָזען זיך אָנגעבױגן צו מיר און אײַנגערױמט מיר אין אױער אַרײַן:

— אונדזערע חכמים טענהן, אַז אין דעם־אָ מאָמענט האָט זיך אָנגעהױבן די קאַטאַסטראָפֿע…

— װאָס, רבי?…

— משה רבינו האָט פֿאַרשװיגן, אַז ער איז נישט קײן עגיפּטער, נאָר אַ ייִד. און אונדזערע חכמים האַלטן, אַז אין דעם־אָ מאָמענט האָט זיך אָנגעהױבן די ייִדישע קאַטאַסטראָפֿע, דער חורבן, שואה… אַ ייִד טאָר ניט פֿאַרשװײַגן און אױסבאַהאַלטן, אַז ער איז אַ ייִד.

אָט אַזױ אומגעריכט זײַנען די זיסע מחשבֿות װעגן מײַן ליבער פֿרױ פֿײגעלע פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ װאָרן־פֿױגל, װעלכער פֿון דעמאָלט אָן פֿאַרגעסט נישט אַ דזיאָבע טאָן די נשמה, און טאַקע יעדעס מאָל, װען ס’איז דאָ אַ סכּנה צו פֿאַרגעסן, אַז כ’בין אַ ייִד.