Oyneg Shabes

ייִדישע פּאָעטן לייענען פֿון זייער ווערק

Yiddish Poets Read Their Work

  • Print
  • Share Share

אָפּצומערקן הונדערט יאָר נאָך דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אין 1908, האָט מען אָרגאַנזירט אַ קאָנפֿערענץ אין ירושלים, דעצעמבער 2009, אויף דער טעמע — „אַ הונדערט יאָר ייִדיש‟. בײַ איין סעסיע האָבן די הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעטן פֿאָרגעלייענט זייערע לידער. עס האָבן אָנטיילגענומען די דיכטער: רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, יצחק ניבאָרסקי, אלי ביידער, משה לעמסטער, מרים קאָראַל, לעוו בערינסקי, אַהרן גרויסמאַן, און דניאל גלאַי. רבֿקה באַסמאַן בן־חיים האָט אויך פֿאָרגעלייענט לידער פֿון די פּאָעטן אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט און יצחק גנוז. דער פֿאָרזיצער פֿון דער סעסיע איז געווען דניאל גלאַי, אָנפֿירער פֿונעם „לייוויק־הויז‟ אין תּל־אָבֿיבֿ.

אַלע סעסיעס פֿון דער קאָנפֿערענץ, וועלכע זענען צום טייל געפֿירט געוואָרן אויף ייִדיש, קען מען זען אויף „יו־טוב‟.