Oyneg Shabes

באַלעבאָסטע זיסינקע

Dear Hostess...

  • Print
  • Share Share

צווישן די הונדערטער אַלטע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע לידער, וועלכע ליגן אין דער „ווערנאַדסקי־ביבליאָטעק‟ אין קיִעוו, איז פֿאַראַן אַ ליד, וואָס שלום־עליכם פֿלעגט אויך זינגען — „באַלעבאָסטע זיסינקע‟. די דאָזיקע פֿעלד־רעקאָרדירונג, וואָס שטאַמט פֿון אַנ־סקיס פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, קען מען הערן אויפֿן ערשטן קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע לידער, וואָס די ביבליאָטעק האָט אין 1997 אַרויסגעלאָזט —

Treasures of Jewish Culture in Ukraine

דאָס ליד „באַלעבאָסטע זיסינקע‟ האָט בלויז דרײַ ווערטער:

באַלעבאָסטע זיסינקע, זיסינקע, באַלעבאָסטע — זעמלעך!

לויטן פֿאָלקלאָריסט מנחם קיפּניס פֿלעגט שלום־עליכם צוגעבן קאָמישע סטראָפֿעס בײַם זינגען דאָס ליד. די פֿרויען־קאַפּעליע „מיקווה‟, מיט דער זינגערין אַדריאַן קופּער, האָט דאָס אַרײַנגענומען אין איר רעפּערטואַר, און אַנדערע גרופּעס זינגען שוין אויך דאָס ליד.