Oyneg Shabes

אַ ביסל נחת פֿון קינדער

Joy From Children

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

  • Print
  • Share Share
Getty Images
דער הײַנטיקער אימפּעראַטאָר פֿון יאַפּאַן, אַקיכיטאָ און זײַן פֿרוי מיטשיקאָ

ס’איז דאָך אַן אַלטער אמת, אַז אַ לערער איז רײַך מיט זײַנע תּלמידים. איך האָב געהאַט הונדערטער, נאָר זײער װײניק פֿון זײ זײַנען געװאָרן און געבליבן, װי די אײגענע קינדער — אױף אײביק. אײנע פֿון אַזעלכע קינדער איז מײַן יאַפּאַנישע „טאָכטער‟ שיהאָ מיטשימאַטאַ. מיך רופֿט זי מיכאל, נאָר מײַן פֿרױ רופֿט זי מאַמע. מיט אַ פּאָר טעג צוריק האָבן מיר באַקומען אַ בריװ פֿון טאָקיאָ מיט אַ גוטער בשׂורה, אַז אונדזער שיהאָ װערט אַ רעדאַקטאָרין אין אַ פֿאַרלאַג פֿאַר קינדער־ביכער. מיט אַן אָנדערהאַלבן יאָר צוריק איז שיהאָ געקומען צו באַזוכן אונדז אין ישׂראל און איך געדענק, װי זי פֿלעגט אָפּזיצן שעהן לאַנג און לערנען יעדן אין דער פֿרי, װי זי האָט זיך צעלאַכט, װען מײַן פֿרױ האָט זי באַװאָרנט, אַז „גאָט איז גרױס‟, און שיהאָ האָט בשום אופֿן ניט געקענט פֿאַרשטײן, װעגן װעלכן פֿון די טױזנטער געטער רעדט מײַן װײַב. נאָכן אומקערן זיך אַהײם האָט שיהאָ געהאַלטן צו פֿאָרן אין אַ קלײן דערפֿל לעבן פֿוקושימאַ, כּדי איבערצוגעבן אירע זײדע־באָבע אונדזערע מתּנות. דער שרעקלעכער טײַפֿון האָט אָפּגעטראָגן דאָס דערפֿל אינעם אָקעאַן, צוזאַמען מיט די תּושבֿים. אונדזערע מתּנות, אַ פּאָר אײדל־שטײנער פֿון ישׂראל, ליגן אינעם „טרױער־װינקל‟ פֿון שיהאָס משפּחה. די יאַפּאַנער האָבן ליב אײן מאָל און אױף אײביק. איך האָף, אַז קײנעם װעט ניט שאַטן איבערצולײענען אַ פּאָר ניט זײער באַקאַנטע פּרטים װעגן יאַפּאַנישן שטײגער־לעבן.

■ פֿלײש און פֿיש קאָסטן אין יאַפּאַן זײער ביליק, אָבער די פּרות זײַנען טײַער װי גאָלד. צום בײַשפּיל, אײן עפּל קאָסט צװײ דאָלאַר, אַ קילאָ באַנאַנען — פֿינף דאָלאַר, אַ מעלאָן װעט אײַך אָפּקאָסטן צװײ הונדערט דאָלאַר און אַפֿילו מער.

■ אין יאַפּאַנער מעטראָ זײַנען דאָ װאַגאָנען „נאָר פֿאַר פֿרױען‟, װײַל דאָס באַטאַפּן די מײדלעך איז אין יאַפּאַן געװאָרן אַ מין מענער־ספּאָרט. און גלײַך מיט דעם, איז די צאָל פֿאַרגװאַלדיקונגען אין יאַפּאַן אײנע פֿון די קלענסטע אױף דער װעלט.

■ ס’רובֿ יאַפּאַנישע יעראָגליפֿן האָבן צװײ־פֿיר זילבן, אָבער ס’איז דאָ, צום בײַשפּיל אַ יעראָגליף פֿון דרײַצן זילבן — כאַנעטאָקאַװאַטאָגאַכאַנאַרערואָטאָ. דער יעראָגליף באַשרײַבט דעם קלאַנג, װען מע טײלט אָפּ דאָס פֿלײש פֿון אַ בײן.

■ ביז הײַנט צו טאָג שפּילט מען ס’רובֿ חתונות אין יאַפּאַן נאָר לױטן שידוך פֿון די עלטערן.

■ אַרום צען טױזנט יונגע יאַפּאַנער שטאַרבן יעדעס יאָר פֿון דער אַרבעטס־מידקײט.

■ יאַפּאַן איז אַן אײנציק לאַנד אױף דער װעלט, װאָס טראָגט דעם אָפֿיציעלן נאָמען „אימפּעריע‟. דער הײַנטיקער אימפּעראַטאָר אַקיכיטאָ איז אַ גלײַכער יורש פֿונעם ערשטן יאַפּאַנישן אימפּעראַטאָר דזימו, װעלכער האָט געגרינדעט יאַפּאַן אין 711 פֿאַר דער מאָדערנער צײַטרעכענונג.

■ דער באַרג „פֿודזשי‟ געפֿינט זיך אױף אַ פּריװאַטן שטח און געהערט צום סינטאָיִסטישן מאָנאַסטיר „כאָנגיו סענגען‟.

■ די חדשים אין יאַפּאַניש האָבן ניט קײן נעמען, נאָר די נומערן. אונדזער תּשרי הײסט אױף יאַפּאַניש „קוגאַצו‟, דער נײַנטער חודש.

■ אין יאַפּאַן פֿונקציאָנירט דער עלטסטער האָטעל אױף דער װעלט — „כאָשי ריאָקאַן‟. ער איז געעפֿנט געװאָרן אין יאָר 718, און 46 דורות פֿון אײן פֿאַמיליע, אײן דור נאָכן אַנדערן, האַלטן אױס דעם דאָזיקן האָטעל.

■ די יאַפּאַנער האַלטן, אַז אַ מענטש דאַרף קענען צו פֿאַרשטעלן זײַנע אײגענע יסורים מיט אַ שמײכל.

■ ניט אַלע װײסן, אַז אַ רײ װערטער איז אַרײַן אין ייִדיש, דירעקט און אומדערעקט, פֿון יאַפּאַניש, ווי למשל, „װאַטע‟, „טײַפֿון‟, „צונאַמי‟, „טײַקון‟.