Oyneg Shabes

דאָס ליד „ס‘איז דער סטעפּ‟

'These Are the Steppes'

  • Print
  • Share Share

אויף איר קאָמפּאַקטל „זינגענדיק‟ [Zingendik] האָט סוזען לעוויטאַן צונויפֿגענומען עטלעכע חבֿרטעס און האָט רעקאָרדירט דאָס ליד „ס‘איז דער סטעפּ‟, אויך באַקאַנט ווי „די אַרבוזן‟ אין אַ רוסישן פֿרויען־סטיל מיט עטלעכע האַרמאָניעס, וואָס מע הערט זעלטן אין ייִדיש געזאַנג. די אַראַנזשירונג האָט לעוויטאַן געהערט אויף אַן עלטערער רעקאָרדירונג פֿון דער גרופּע The Pennywhistlers; אַ גרופּע ייִדישע פֿרויען, וואָס איז געווען צווישן די ערשטע צו זינגען סלאַווישע און באַלקאַנישע לידער אינעם ראַמען פֿון דער פֿאָלקסליד־אויפֿלעבונג אין אַמעריקע אין די 1960ער יאָרן. די הויפּט־אַראַנזשירערין פֿון דער גרופּע איז געווען עטל ריים, הײַנט אַ באַקאַנטע לערערין פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן פֿאָלקליד־סטיל.

דער מחבר פֿונעם ליד איז דער סאָוועטישער פּאָעט מענדל אַבאַרבאַנעל (1888—1957), און דער קאָמפּאָזיטאָר — דער אַמעריקאַער בען יאָמען (1901—1970). לכּבֿוד דעם האַרבסט־סעזאָן און דער שניטצײַט האָבן מיר אויסגעקליבן דאָס ליד.