Oyneg Shabes

„דער ייִדישער שפּריכוואָרט־פּראָיעקט‟

The Yiddish Saying Project

  • Print
  • Share Share

מיר ברענגען פֿיר קורצע פֿילמען פֿון ייִדישע שפּריכוועטער, וואָס לויט דער אָרטאָגראַפֿיע פֿון דער שפּראַך און דעם אויסקלײַב פֿון די ווערטלעך, שטאַמען זיי, זעט אויס, פֿון דער חרדישער וועלט. די אַנימאַציע־קונסט פֿון די פֿילמען איז נישט קאָמפּליצירט, אָבער פֿאָרט פֿאַכמעניש געמאַכט. קיין קרעדיטן צום סוף פֿון די פֿילמען זענען נישט פֿאַראַן, ווייסט מען נישט ווער אָדער וווּ זיי זענען געשאַפֿן געוואָרן.

די פֿיר שפּריכוועטער, וואָס מיר האָבן אויסגעקליבן זענען:

קוק אַראָפּ, וועסטו וויסן ווי הויך דו שטייסט.


אַז איך וועל זײַן ווי יענער, ווער וועט זײַן ווי איך?


די צונג איז אָן ביינער — אָבער זי קען צעברעכן ביינער.


אַנשטאָט צו רעדן שלעכטס וועגן יענעם, בעסער רעד גוטס וועגן זיך.