Oyneg Shabes

דאָס ליד „שׂימחת־תּורה‟

Listen to 'Simkhes-toyre'

  • Print
  • Share Share

קינדער, מיר האָבן שׂימחת־תּורה,
שׂימחת־תּורה אויף דער גאַנצער וועלט.
תּורה איז די בעסטע סחורה,
אַזוי האָט דער רבי מיט אונדז געקנעלט.

מאַרק וואַרשאַווסקיס קלאַסיש ליד „שׂימחת־תּורה‟ האָט מען געזונגען אין אַלע ייִדישע שולן איבער דער וועלט. וואַרשאַווסקי איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס אין 1848 און געשטאָרבן אין קיִעוו אין 1907. כאָטש ער האָט פֿאַרדינט זײַן פּרנסה ווי אַן אַדוואָקאַט, האָט ער אין דער זעלבער צײַט געשאַפֿן זינגלידער, און ווען שלום־עליכם האָט זיי געהערט אין 1890 האָט ער וואַרשאַווסקין געבעטן זיי צו דרוקן. זײַן בוך „ייִדישע פֿאָלקסלידער‟ איז אַרויס אין 1900 אין קיִעוו מיט דעם ליד „שׂימחת־תּורה‟ און אַנדערע גוט־באַקאַנטע לידער ווי „דער אלף־בית‟ („אויפֿן פּריפּעטשיק‟).

טובֿה בן־צבֿי איז אַ ישׂראלדיקע זינגערין, און דאָס ליד געפֿינט זיך אויף איר קאָמפּאַקטל „שבת און יום־טובֿ‟ לידער, אַרויס אין 2006.