Oyneg Shabes

„על־חטא‟, געזונגען פֿון מרדכי הערשמאַן

'Al-khet' Performed by Mordechai Hershman

  • Print
  • Share Share

„ווען עס קומט צו גיין דער שיינער, פֿײַנער יונגער־מאַן יום־כּיפּור אין שיל פֿאַרן רבונו־של־עולם און קלאָגט…‟, הייבט זיך אָן דאָס ליד, וואָס באַשטייט פֿון אַ געבעט פֿון אַ מתפּלל צום אייבערשטן, און דערנאָך אַ געבעט פֿון ר‘לוי־יצחק באַרדיטשעווער צום אייבערשטן. די שפּראַך פֿון די ייִדן איז לשון־קודש, אָבער גאָט ענטפֿערט אויף אוקראַיִניש!

דער זינגער, חזן מרדכי הערשמאַן, איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַנע אויסטײַטשונגען פֿון ייִדישע לידער. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1888 אין טשערניגאָוו, אוקראַיִנע. אין 1904 האָט ער אָנגענומען די פּאָזיציע פֿון חזן אין זשיטאָמיר, און דערנאָך אין ווילנע. ער איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1920 און געוואָרן דער חזן אין „בית־אל‟ אין ברוקלין. ער איז געשטאָרבן אין 1940.