Oyneg Shabes

ליד: אַ חזן אויף שבת

Song: A Cantor for the Sabbath

  • Print
  • Share Share

אין די איצטיקע יום־טובֿדיקע טעג וועט מען אין אַ סך שילן אָנשטעלן אַ חזן, און דאָס וועט אפֿשר זײַן דאָס איינציקע מאָל במשך פֿונעם גאַנצן יאָר, וואָס דער מנין וועט הערן אַ טרענירטן חזן. דאָס ליד — „אַ חזן אויף שבת‟ — מאַכט חוזק פֿון די אַלע „מבֿינים‟ פֿון חזנות אין שטעטל. ס‘איז געוואָרן אַ באַליבט ליד אינעם חזנישן רעפּערטואַר.

עס זינגט דער גרויסער זינגער און חזן מישאַ אַלעקסאַנדראָוויטש. זײַן קאָמפּאַקטל הייסט: „און דאָך זינג איך‟.